שיינער יום טוב שבועות און שבת באווארפן ביים ראש ישיבה
ח סיון תשע"ט 📝
א שיינער שבת באווארפן נאכגעפאלגט מיט א דערהויבענעם יום טוב איז געפארוועט געווארן אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג במחיצתו פונעם ראש ישיבה שליט"א - לעצטע הכנות צום חתונה היינט אין בית המדרש
שבת קודש אינדערפרי לכבוד די שמחת עלי' לתורה, זענען די צוויי זיידעס פונעם חתן הרה"צ דער רב הצעיר פון קארלסבורג שליט"א (וואס איז געקומען צו גיין א וועג פון צוויי שעה פון זיין הויז אין בארא פארק) און הרה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק מווייטצען זצ"ל, ארויפגעקומען צו שחרית. הרה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א איז מכובד געווארן מיט שחרית. דערנאך ביי קריאת התורה, ווען דער חתן האט עולה געווען לתורה, האט מען אים באווארפן פון ווייבער שול מיט פשוטע צוקערלעך. א גרויסער עולם איז געקומען צום קידוש אנווינטשן דעם חתן און מחותנים און זיידעס.
*
שבועות ביינאכט, אום 2:00 איז מען זיך צוזאם געקומען, און מען האט געזאגט צוזאמען דעם תיקון מיט א געשמאק, און דערביי געזונגען שיינע ווארימע ניגונים.
שפעטער איז מען זיך צוריק געקומען שחרית. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד שחרית, און דער בעל קורא האט געליינט אקדמות.
נאכן דאווענען ביים קידוש האט דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אסאך מענטשן טראכטן "שבועות איז נישט פאר מיר, שבועות איז נאר פאר הימל מענטשן, זיי זענען מקבל די תורה, איך בין צו א פשוטער מענטש" האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דער אמת איז פונקט פארקערט, דער אייבישטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים, זיי האבן נישט קיין נסיונות. דער אייבישטער דארף דיר פשוטער מענטש. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער דעם אז צוויי היימישע אידן זענען ל"ע פלוצלינג אוועק דעם שב"ק, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מען דארף נישט יעצט אנהייבן לעבן אין א פאניק, נאר פארקערט: קומסט אהיים, דו לעבסט דיין ווייב לעבט די קינדער לעבן? דאנק דעם אייבערשטן.
ביידע טעג יום טוב איז געווען מילכיגע קידוש אין שול. אזוי אויך האט דער ראש פארגעלערענט יעדן טאג דעם דף בבלי און ירושלמי.
פארן דאווענען ביידע טעג, א האלבע שעה, האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א שיינע שיעור אין פעולת הצדיק, אזוי ווי יעדע שבת. שבועות האט מען גערעדט איבערן ענין פון "פאטשן ביים דאווענען", האט דער ראש ישיבה געזאגט אז פאטשן קען מען נאר שטילערהייט פאר דיר, און מען טאר איבערדרייען דעם שול מיטן פאטשן און שרייען קולות "אוי" וכו' אז יעדער זאל קוקן אויף דיר. אויך האט מען ארומגערעדט איבער די שוועריקייטן וואס דער הייליגער רבי נתן האט געהאט אנפאנג פון זיין התקרבות.
ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שיחת הרן סימן ע"ו, פון אינעווייניג ווי דער הייליגער רב שרייבט אז מ'זאל נישט נעמען צום הארצן אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, ווייל זאגן הייסט געלערענט, און וואס לערנסט ביים לעבן און דו פארשטייסט עס נישט, וועט מען דיר אויסלערנען נאך די הונדערט און צוואנציג אויף יענע וועלט.
*
יעצט דינסטאג אסרו חג מיטאג, בעת מען שרייבט די שורות, ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צום חתונה פון החתן שלמה דער עלסטער זון פון ראש ישיבה, וואס קומט פאר בעז"ה היינט נאכט אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג.