שיינע שיעור לילי שישי הכנה לחג השבועות
ד סיון תשע"ט 📝
יעדע וואך דאנערשטאג נאכט-ליל שישי אום 9:00 קומט דער ראש ישיבה און גיבט א שיעור ספעציעל פאר אינגעלייט, ווי די תלמידים קומען צו גיין פון נאנט און ווייט צו הערן דברי חיזוק עצות והדרכה פונעם ראש ישיבה אויפן וועג פון הייליגן רבין, ווי ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.
די וואך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דער הייליגער פרייליכער יום טוב שבועות הממשמש ובא, און די חיזוק פאר אונז וואס מיר דארפן ארויסנעמען. שבועות - האט דער ראש ישיבה געזאגט - איז א מנהג צו עסן מילכיגס. מילך איז די שפייז פון ניי געבוירענע קינדער, דאס קומט אונז צו ווייזן אז מיר דארפן זיך באנייען און אנהייבן דינען דעם אייבערשטן ווי א ניי געבוירן קינד וואס האט נישט קיין עבר. אזוי אויך עסט מען מאכלים פון קעז. וויאזוי מאכט מען קעז? פון פארדארבענע מילך. דאס קומט אונז ווייזן אז אפילו דו ביסט חס ושלום אראפ געפאלן, דו פילסט זיך פארדארבן, דו שמעקסט נישט גוט, דארפסטו וויסן אז אויב דו קומסט צוריק צום אייבערשטן, קען פון דיר ארויסקומען זייער שיינע זאכן, דו קענסט נאך האבן א שיינע לעבן.
דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט פונעם תיקון ליל שבועות. דער עיקר תיקון - האט דער ראש ישיבה געזעגט - איז די ערשטע און די לעצטע פסוק פון יעדע סדרה, ווייל אז מ'לייגט שוין צו, פארוואס זאל מען נישט צולייגן גאנץ שיר השירים, מגילת רות, די עשרת הדברות, און אזוי ווייטער? צולייגן האט נישט קיין שיעור, און דערנאך מיינען מענטשן אז דער תיקון איז א גאנצער דיקער ספר, און ווערן אנטמוטיגט פון אפילו נאר אנהייבן. און דאס איז א גרויסע שאד, ווייל עס שטייט אז דאס אויפזיין און דאס זאגן דעם תיקון, און דערנאך גיין אין מקוה פארן עלות ברענגט מורא'דיגע תיקונים פארן מענטש, ער קומט צו צו שער החמישים, און איז א שאד צו דערלייגן די אלע גרויסע תיקונים. דערפאר איז גוט מ'זאל זאגן דער עיקר תיקון, ווי דער בית הדפוס האט אזוי שוין געדרוקט דער "תיקון ליל שבועות", און עס זאגן מיט א שמחה. דערנאך איז כדאי צו זאגן די תרי"ג מצות, צו וויסן וואס מיר גייען מארגן מקבל זיין ביי קבלת התורה.
וואס מיינט אז "מ'באקומט א תיקון"? וואס מיינט "שער הנ'" א.א.וו. דארף מען וויסן אז מען דארף נישט וויסן, מיין פליכט איז בלויז פאלגן וואס די תורה און די צדיקים זאגן אונז. די אלע גרויסע תיקונים ווערן ממילא, צי איך פארשטיי יא, צי איך פארשטיי נישט.
דא אין ישיבה זאגט מען דעם תיקון ליל שבועות איאיינעם מיט א געשמאק, און אינצווישן יעדע לימוד זינגט מען שיינע ניגונים.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ביי די חתונה פון זיין זון קומענדיגע וואך אסרו חג שבועת קען יעדער קומען זען וויאזוי א פרייליכע חתונה אן חובות זעט אויס, די חתונה קאסט ווייניגער ווי די א בר מצוה (וויל א בר מצוה קאסט לכל הפחות צוויי פאר תפילין, ווי דער רבי האט געבעטן מ'זאל לייגן רש"י און ר"ת פון די בר מצוה, און פאר תפילין לוינט זיך צו אינוועסטן אויף די הידורים).
ארכיוו בילדער פון איינער פון די ליל שישי שיעורים