"ווילאנג דער דף איז אויף דיר מגין, דארפסטו פאר קיינעם קיין מורא האבן" קלונגט אין די אויער די ווערטער פון הייליגן רבי'ן אין סיפורי מעשיות. מוהרא"ש זי"ע זאגט אז די וועטער מיינען אז ווילאנג א איד לערנט יעדן טאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, יעבור עלי מה, "איך מוז היינט לערנען א בלאט גמרא", דארף ער זיך נישט שרעקן פון קיינעם, ווייל די הייליגע תנאים און אמוראים די הייליגע חז"ל זענען מגין אויפן איד, בעידנא דעסיק בי' ובעידנא דלא עסיק בי', און ער וועט מצליח זיין מיט אלעם בגשמיות, און אזוי אויך ברוחניות, "המאור שבה יחזירו למוטב", ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן "די כח התורה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש מאכט אפ ביי זיך צו לערנען יעדן טאג כך וכך וועט עס אים ארויסשלעפן פון טיפסטן שאול תחתית ר"ל ווי מען זאל זיך נאר נישט געפונען".
 
אמת אז דער סמ"ך מ"ם וועט לאזן דעם איד אלעס טון, אבי נאר ער זאל נישט עפענען א גמרא, ער וועט אונטערשיקן "מצוות" און "גוטע אידן", אלעס כדי אים צו אוועקשלעפן, ער זאל נישט טועם זיין די זיסקייט און געשמאק פון די הייליגע גמרא.
 
צו אן ערליכע איד וועט דער סמ"ך מ"ם קומען אנגעטון מיט א ווייסע בעקישע "דו מיזט גוט פארשטיין די גמרא, טארסט זיך נישט לאזן נארן, דארספט דורכאקערן די סוגיא, ווייל אז נישט איז עס גארנישט ווערט", אנפאנג וועט ער אפשר פרובירן, ער וועט שאפן א חברותא, א לעכטיגע בית המדרש, ער וועט ארויסשלעפן דעם דיקן "קובץ מפרשים" און אנהייבן גראבן און האקן שטיקער. ביי וועם עס ארבעט זיך אים אויס, ער האלט אן זיין שיעור, איז דאך זיכער גוט, ער זאל ווייטער גיין און ער זאל מצליח זיין. אבער ליידער ביי גאר אסאך וועט עס פלאצן פריער אדער שפעטער. דא איז זיין קאפ נישט דא, היינט פילט זיין קינד נישט גוט, ער דארף גיין מיט אים צום דאקטאר, מארגן האט זיין חבורתא א שמחה, און איבערמארגן דארף מען פארן אויף וואקאציע. און אפילו ביי דעם וואס איז מצליח, און ער פארשטייט גוט גמרא, דארף אבער אויך צוקומען צום רבי'נס סדר דרך הלימוד פאר די "ספעציעלע" זמנים, די פילע ערבי שבתים, חול המועד'ס, שבתים וימים טובים, שמחות, קאנטרי און אזוי ווייטער, דער וואס איז גרייט אנצונעמען דעם צדיק'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות, ביי אים וועט נישט דורכגיין א טאג אן לימוד התורה. דער חבורתא איז נישטא היינט? מען איז אונטערוועגענס? זאגן קען מען! מען נעמט ארויס די לעכטיגע גמרא, און מען נעמט זיך גורס זיין די ווערטער, און מען איז זוכה צו די אלע גוטע סגולות פון לימוד התורה. מען באקומט די "תבלין" וואס איז די רפואה קעגן די יצר הרע, עס ברענגט אריין די שכינה אין די שטוב, עס זאל זיין איש ואיש זכו, עס זאל חלילה נישט זיין קיין "אש". די ווייב קוקט ארויף אויף איר מאן, ער לערנט תורה.
 
ביי אנשי שלומינו איז א געוואלדיגע שמחה די טעג, מען איז זוכה צו ענדיגן דעם 18'טע מסכת פון ש"ס, מען ענדיגט מסכת סוטה, א מסכת אנגעפילט מיט הערליכע ווערטער פון חז"ל וואס פון יעדן בלאט קען מען ארויסנעמען אזעלעכע שיינע הנהגות וואס אויב מען פאלגט עס קען מען האבן א זיסע און געשמאקע לעבן. עס איז אריבער זינט התחלת הש"ס מיט איבער דריי יאר צוריק שוין איבער 1,200 טעג מיט לימוד הש"ס, מען האלט שוין ביי איבער 45 פראצענט פון ש"ס.
 
אנשי שלומינו וועלן פראווען א שיינע סיום יעדער ביי זיך אינדערהיים, מען וועט אריינבערגען דעם שמחת התורה אין די משפחה, ארייפרעגלען אין די קינדער די זיסקייט און שיינקייט פון די תורה. דער ראש ישיבה זאגט אז א סיום דארף אפילו נישט צו זיין קיין שווערער אדער טייערע זאך צו מאכן, דער עיקר איז די אטמאספערע, מען לייגט א שיינע טישטוך, אדער עסצייג און מען געבט עפעס א גוטע זאך. דער עיקר אז מען זאל אליינס שפירן פרייליך מיט דעם אז מען איז זוכה צו לערנען די הייליגע תורה.
 
דאס וועט זיין די בעסטע הכנה צום יום טוב שבועות, דער יום טוב פון קבלת התורה, וואס עס זענען דא מגידים וואס מיט זייער זיסע שפראך קענען זיי צומאל שטארק מייאש זיין א מענטש פון די תורה, זיי לייגן אראפ וואס דאס מיינט די תורה ווי זיס עס איז און ווי געשמאק עס איז, אבער אָן דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד טראכטן מענטשן אז די תורה איז טאקע זייער זיס, אבער עס איז זייער ווייט פון מיר, איך פארשטיי נישט קיין לערנען, און בין נישט געמאכט צו לערנען. ש"ס - טראכטן מענטשן - באלאנגט נאר פאר א געוויסע קלאס פון אידן, כולל אינגעלייט, דער דיין, אדער דער רב.
 
אנשי שלומינו וועלן דאנקען דעם אויבערשטן, אז דער רבי האט גענומען אונז פשוטע אידן, און דורך זיין זיסער סדר דרך הלימוד האט ער אין אונז אריינגעלייגט אזא חשקת התורה, אז יעדער פון אנשי שלומינו, מחוטב עציך עד שואב ממיך האט אומצאליגע שיעורים אין אלע חלקי התורה, און עס גייט נישט דורך א קורצע צייט אָן קיין סיומים.
 
אורך ימים בימינה ומשמאלה עושר וכבוד