אין נאמען פון די פילע טויזנטער אידן איבער די וועלט וועלכע שעפן חיזוק און התעוררות פון די חיזוק און עצות, שיעורים און דרשות; וואונטשן מיר א הארציגע ברכת מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו די געבורט פון א אינגל למזל טוב. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע זיינע קינדער און תלמידים, דורות ישרים ומבורכים, געזונט און פרנסה מיט פיל אידיש נחת. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, אריינברענגען די עצות פון הייליגן רבי'ן אין אידישע קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיט בני ברוכי חיי אריכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא.
דער ברית קומט פאר היינט בעז"ה דינסטאג ויקה"פ אין ישיבה היכל הקודש 2:00 מיטאג.
פאלגענד איז א ציטאט פון א בריוו פון מוהרא"ש (פון ד' שבט תשע"ד) איבער די גרויסקייט פון זיך באטייליגן ביי א ברית (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך בין אייביג מעורר מ'זאל גיין צו א ברית ווייל אליהו הנביא איז דארט, און מ'קען דאן פועל'ן אלעס וואס מ'דארף. וויפיל וואלט א מענטש באצאלט צו האבן גילוי אליהו? און ביי א ברית איז אליהו הנביא זיכער דארט, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט צו יעדע ברית, וועט מען אים זיכער מוחל זיין אלע עבירות..." (שו"ת ברסלב)
וַהֲקִמֹתִי אֶת בְּרִיתִי אִתּוֹ לִבְרִית עוֹלָם לְזַרְעוֹ אַחֲרָיו
📜 נעמען נאר א מוהל מומחה
📰 וואך נאכט און ברית ל"ג בעומר תש"פ פון ערשטע אייניקל פון ראש ישיבה שליט"א
▶️ דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים וואך נאכט פון ערשטן אייניקל
📸 ברית פון ערשטן אייניקל פון ראש ישיבה
📸 סעדות ברית פון ערשטן אייניקל פון ראש ישיבה