דער ראש ישיבה שליט"א האט גענומען אויף זיך צו שרייבן א פירוש "שפתי תפתח" געבויעט אויף די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע, כדי מיר זאל באקומען א געפיל אין א טעם אין די ווערטער פונעם הייליגן רבין. דער ראש ישיבה האט שוין געשריבן אין די לעצטע יארן דעם פירוש אויף די ערשטע פינף תורות וואס איז זייער שטארק אויפגעכאפט געווארן.
 
אויף דעם תורה "תורה ו'" ארבעט שוין דער ראש ישיבה שליט"א עטליכע חדשים, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער האט זיך זייער געמוטשעט עס צו שרייבן, אבער ב"ה עטליכע טעג איידער דעם יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע איז עס פארטיג געווארן, און "מכון עצתו אמונה" האט זיך אריינגעלייגט אויף די בקשה פון ראש ישיבה שליט"א אז עס זאל זיין פארטיג צום יארצייט פון מוהרא"ש, און אין די די פאר טעג האט מען אלעס געטון זייער שנעל מען האט מנקד געווען, אויסגעשטעלט און מגיה געווען. און ב"ה געלויבט דעם אויבערשטן אז עס איז ארויסגעקומען א הערליכע זאך. יעדער איינער אפילו אונז פשוטע מענטשן קענען פארשטיין און ארויסנעמען פונעם רבי'נס תורה הלכה למעשה חיזוק און עצות אויף עבודת השם.
 
דער תורה איז פלאי פלאים גג על גג, דער הייליגער רבי פלעכט צוזאם פילע פסוקים מיט כוונת האר"י גאר וואונדערליך, אבער מיר וועלן דא אראפ ברענגען ממש בקיצור הדברים אויפן שפיץ גאפל וואס דער רבי ברענגט ארויס הלכה למעשה: דער רבי הייבט אן, אז א מענטש דארף זען צו מרבה זיין כבוד שמים, ווייל אויב א מענטש זוכט זיין אייגענע כבוד איז עס זייער איינגעשטעלט, ווייל אין הימל קוקט מען צי דער מענטש איז טאקע ראוי דערצו. דער רבי זאגט ווייטער אז די עיקר מחלוקת וואס א מענטש גייט דורך איז ווייל ער זוכט כבוד פאר זיך. און צו די מדריגה פון נאר זוכן "כבוד אלקים" קען מען נאר זוכה זיין דורך תשובה, און צו תשובה איז מען זוכה אויב מען איז "ישמע בזיונות ידום וישתוק" אז א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות, מען איז זיך מבטל צום אויבערשן. און צו תשובה טון - זאגט דער הייליגער רבי - דארף מען אסאך סבלנות, ווייל דער עיקר חילוק צווישן א "בעל תשובה" און א "בעל עבירה" איז די ווילן, דער וואס וויל זיין גוט, אפילו ער פאלט אראפ און אפילו ער ווער פארשעמט, קומט מען צוריק, דער ער א בעל תשובה. און דאס איז די מדריגה פון צדיקים אז זיי טוען תשובה יעדע מינוט, און דאס דארפן מיר אויך טון אויף אונזער מדריגה. און ווען א מענטש טוט אלץ תשובה איז דאס מעין עולם הבא.
 
דער רבי גייט דערנאך אריין אז ווען א מענטש טוט תשובה איז זייער וויכטיג צו זיין "בקי בהלכה" מ'דארף גוט קענען גיין, מ'דארף קענען סיי זיין "בקי ברצוא", גיין ווייטער העכער, און סיי "בקי בשוב", אויב מען פאלט חלילה צוריק, דארף מען וויסן אז מען קען אלץ צוריק קומען. און אזוי קומט מען צו די העכסטע מדרגות. דער רבי גייט דערנאך אריין וויאזוי מען האט די כחות צו קענען שווייגן ווען מען ווערט פארשעמט, דאס קומט דורכדעם וואס א מענטש געוואוינט זיך צו אלעמאל צו דן זיין לכף זכות יעדעם איינעם אפילו דער וואס רודפ'ט דיך, מען זוכט און מען נישטערט צו טרעפן גוטס אויף יעדן איד באשר הוא שם. אזוי ווערט מען אן אמת'ער ערליכער איד.
 
דער קונטרס פון תורה ו' האט באקומען דעם נאמען "מהדורת שמן" איז געספאנסערט דורך מו"ה אליעזר שמן הי"ו לעילוי נשמת מוהרא"ש זי"ע.
 
ליקוטי מוהר"ן סימן ו' עם פירוש שפתי תפתח
 
טעמו וראו כי טוב