"20 טויזנט דאלער אין 3 שעה" קאמפיין, געקרוינט מיט הצלחה
ה טבת תשע"ט 📝
אין די לעצטיגע טעג איז פארגעקומען צווישן אנשי שלומינו א שטילע בליץ קאמפיין צווישן אלע תלמידים און ידידים, הויפזעכליך די אלע וואס שעפען זייער חיות פון די שיעורים וואס ווערן געגעבן אין ישיבה, און ווערן פארשפרייט איבער די וועלט.
אזוי ווי אין די לעצטיגע טעג האט די הנהלת המוסדות זיך געזען מיט א גרויסע לאך וואס דאס האט פאראורזאכט דאס פארשפעטינונג פון באצאלן די געטרייע איינגעשטעלטע, די מלמדים אין תלמוד תורה און די לערערינס אין בית פיגא, וואס האבן נישט באקומען זייער געהאלט אין די לעצטע וואכן.
זייענדיג געדריקט, איז דער ראש ישיבה ארויסגעקומען מיט א רוף דעם פארגאנגענעם זונטאג ויגש - אז יעדער זאל זיך אנשטרענגען אין די דריי שעה צו געבן שיינע סכומים, מיט'ן ציל צו שאפן די סכום פון 20 טויזנט דאלער, אז מען זאל כאטש קענען דעקן א חלק פון די הוצאות המוסדות.
ב"ה די שטילע און שנעלע קאמפיין איז געקרוינט געווארן מיט הצלחה, נאכדעם וואס אלע תלמידי וידידי המוסד האבן זיך ווארעם אנגערופן צום בליץ מעסעדזש וואס האט גערופן אז יעדער זאל נעמען א חלק און העלפן אנקומען צו די פארלאנגטע סכום כדי אפצוצאלן א חלק פון די געהאלטן פון די געטרייע איינגעשטעלטע.
מען קען נאך אלץ מנדב זיין ארויסצוהעלפן די מוסדות דורכן רופן די האטליין 212-444-9191 און דערנאך דרוק נומבער 9.
אויך קען מעג געבן דורך פעיפאל https://www.paypal.me/YeshivaTiferesTorah
אדער https://secure.cardknox.com/yeshivatiferestorah
די גרויסע זכותים צו שטיצן און ארויסהעלפן די הייליגע מוסדות, וועט זיכער ביישטיין פאר אלע משתתפים צו געהאלפן ווערן מיט אלע גוטע ישועות, בני חיי ומזוני, מיט אלע גוטע זאכן.