אין די לעצטע צוויי וואכן זענען געשלאסן געווארן 4 שידוכים פון תלמידי הישיבה למזל טוב, צו די גרויסע פרייד פון אלע בחורים אין ישיבה.
הבה"ח נפתלי ב"ר ברוך אפעלדארפער הי"ו פון קרית יואל איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה יושע פריעדמאן הי"ו פון וויליאמסבורג. הבה"ח יוסי קורץ הי"ו איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה מיכאל אלטמאן הי"ו. הבה"ח יענקי ב"ר דוד יודא איידליס הי"ו פון קרית יואל איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו פון וויליאמסבורג. הבה"ח קלמן ב"ר אהרן וועבערמאן הי"ו פון וויליאמסבורג איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה נחום כ"ץ הי"ו פון קרית יואל.
אלע בחורים אין ישיבה פרייען זיך מיט די גרויסע שמחה פון זייערע חברים וואס זענען חתנים געווארן למזל טוב, און וואונטשן זיי אז זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן שיינע אידישע שטיבער, עז זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד מיט דורות ישרים ומבורכים.
שמח תשמח רעים האהובים!
בילדער: שידוך שליסן איידליס - פארקאש
בילדער: שידוך שליסן וועבערמאן - כ"ץ
בילדער: שידוך שליסן קרוץ - אלטמאן
בילדער: שידוך שליסן אפעלדארפער - פריעדמאן