די CMYK סיסטעם
א אב תשפ"ד 📝
שאלה: איך פארמאג א קאלער פרינטער, און איך וואונדער מיך וויאזוי מען קען באקומען מיליאנען קאלירן, בשעת איך לייג אריין דערין בלויז פיר קאלירן טינט. נחמן נתן
ענטפער: א קאלער פרינטער נוצן די פיר קאלירן וואס מען רופט CMYK, דער C שטייט פאר Cyan "סייען" (וואס איז א ליכטיג הימל בלוי), דער M שטייט פאר Magenta "מאדזענטע" (וואס איז א רויטלעך-פינקע קאליר), דער Y באדייט Yellow (געל) און דער K איז פאר Black (שווארץ). דער פרינטער קאמבינירט די דריי אויבנדערמאנטע קאלירן אין פארשידענע מאסן צוזאמען מיט שווארצע טינט צו שאפן מיליאנען סארטן קאלירן.
די פרינטער קען ארויסגעבן די אלע קאלירן דורך מישן די קאלירן אין פארשידענע וועגן. צום ביישפיל, דורכן מישן די C מיט'ן M וועט מען באקומען פילע סארטן בלוי און פוירפל. C און Y וועלן געבן פילע סארטן גרין, M מיט Y וועט ארויסגעבן די רויט-אראנדזש משפחה. אויב מען מישט אלע דריי צוזאמען וועט עס ארויסגעבן ברוין און אנדערע טונקעלע קאלירן. דער שווארצער טינט ווערט צוגעלייגט צו בארייכערן די בילדער און צו דרוקן פשוטע טונקל שווארצע טינט וואס אלע דריי צוזאמען וואלט נישט געווען גענוג שטארק.
ווען מען נעמט א געדרוקטע פאפיר וועט מען זען אז די בילדער זענען צוזאם געשטעלט פון טויזנטער פיצעלע פינטעלעך פון די קאלירן, יעדעס איינס אין זיין ריכטיגע מאס, וואס אינאיינעם שטעלט עס צוזאם א הערליכע בילד.
ווען מען קוקט מיט א פארגרעסערונג גלאז אויף די פרינטער זעט מען בכלל נישט קיין שיינע בילד, מען זעט בלויז מאדנע פינטלעך וואס זענען ארומגעווארפן אן קיין פשט און אן קיין סדר, אזוי ווי ווען א מענטש איז אין א קטנת הדעת ער איז צובראכן ער זעט גארנישט אויף זיך, ער קוקט זיך אן שלעכט און צומישט, דערנאך קוקט ער אן זיינע נאנטע נישט גוט, ביז ער קומט צו צו האבן ח"ו קשיות אויפ'ן אויבערשטן, ער פארשטייט נישט פארוואס ער דארף ליידן, פארוואס ער איז געבוירן געווארן ביי אזא משפחה, פארוואס ער האט געדארפט באקומען דעם פרוי, און אזוי ווייטער.
אבער ווען מען זומט אביסל ארויס מען זאל קוקן די גאנצע בילד וועט מען זען א הערליכע וועלט וואס איז צוזאם געשטעלט פון אומצאליגע קאלירפולע נקודות טובות, יעדעס תפילין, יעדע ברכה, א פסוק חומש, אן אמן יהא שמיה רבה, יעדעס איינס איז ריכטיג אויף זיין פלאץ וואס דאס שטעלט צוזאם א הערליכע בילד.
מען קוקט אויף די וועלט שיין זעט מען ווי דער אויבערשטער פירט זיין וועלט אזוי געניט, ער לייגט יעדע זאך פונקטליך אויף זיין פלאץ, יעדער פונקטליך וואס ער דארף און ווען ער דארף עס און צוזאמען ווערט צוזאם געשטעלט א הערליכע בילד, וואס דער וואס איז זוכה און ער דאנק דערויף דעם אויבערשטן, לעבט ער שוין דא אויף דער וועלט אין א גן עדן, איך בין גוט, מיין ווייב איז גוט. ווי דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט "דער גן עדן און דער גיהנום געפונען זיך דא אויף דער וועלט", וואויל איז דער מענטש וואס פאלגט דעם אויבערשטן ער האט אמונת צדיקים וועט אים גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
צו שיקן א שאלה שרייבט צו askgershon@gmail.com