TSA: מען דארף מער נישט אויסטון די שוך ביים עירפארט
כ תמוז תשפ"ה 📝
אין גוטע נייעס פאר חסידי ברסלב, קומט אריין די פרישע אפדעיטס, אז די פעדעראלע טראנספארטאציע אדמיניסטראציע וועלכע פארפיגט אויף די זיכערהייט רעגולאציעס ביי די לופטפעלדער האט געמאלדן אז מען וועט מער נישט דארפן אויסטון די שוך ביים אריבערגיין די גרעניץ, א זאך וואס וועט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף היבש פארשנעלערן און פארגריגערן די גרעניץ דורכגאנג ביים ארויספארן פון אמעריקע.
די גאנצע משוגעת פון דארפן אויסטון די שוך אין עירפארט האט זיך אנגעהויבן מיט בערך צוואנציג יאר צוריק ווען איינער האט פרובירט ארויפצושמאגלען אויף א פליגער אויפרייס מאטריאל באהאלטן אין זיין שוך, און ווען ער האט פרובירט צו צולייגן א צינדער צו זיין שיך, האבן עס די פאסאדשירן אויפגעמערקט און אים אפגעהאלטן, און זינט דאן האט מען צוגעלייגט א פארבאט פון ארויפגיין אויף א פליגער אן דעם וואס די שיך זאל ווערן דורכגעפירט אן עקסרעי אונטערזוכנג.
מיליאנען מענטשן דארפן ווערן אויפגעהאלטן ביים גרעניץ און שטיין אין לאנג ליניעס, אויסטון די שיך אויסגיסן יעדע ביסל געטראנק (און דערנאך קויפן א פלעשל וואסער פאר פינף זעקס דאלער...) צוליב איין משוגענעם... דאס מאכט אונז עפעס טראכטן, אויב א מענטש האט אזא כח אויף א נעגאטיווע וועג, ווי ווייט קען א גוטע מענטש גיין אויב מען טוט א גוטע זאך? איין קליינע שמייכל וואס דו געבסט פאר א מענטש, איין גוט ווארט דו געסט פאר א קינד, איין וויתור, איין קוק ווייניגער, איין ווארט צום אויבערשטן, איין פרק משניות, וואס אימער דו קענסט טון פאר'ן אויבערשטן, וועט דיר צוניץ קומען אויף דער וועלט אויף אויף יענער וועלט.
די עף די עי זאגט אז מיט די היינטיגע גאר פארגעשריטענע סקענערס אין די עירפארטס קענען זיי אונטערזוכן די שוך אויך ווען מען האט עס אנגעטון, און בכלל זאגן זיי, איז זינט דאן קיינמאל נישט פארגעקומען קיין שום אינצידענט פון איינער וואס האט עפעס פרובירט אריינצושמאלגען דורך די שיך.
פאר אונז - ווי געזאגט - איז עס גוטע נייעס, אנשי שלומינו קוקן נישט אויף גארנישט, מען שלעפט זיך אויף לאנגע שווערע וועגן אן געהעריג עסן און שלאפן, מען געבט אויס גרויסע געלטער, מען נעמט מיט די קינדער. מיר דאנקען זאגן ישר כח אויבערשטער פאר יעדעס ביסל וואס עס ווערט גרינגער, אבער מיר קוקן נישט צי עס איז גרינג אדער שווער. פארקערט, ווען מיר פארן און עס מאכט זיך שוועריקייטן, עס איז דא א דילעי, די קינדער קוועטשן, די זיץ איז אומבאקוועם, מען איז מיד און אפגעמוטשעט, די עסן איז נישט אין מויל צו נעמען, רעדט מען זיך נישט אפ, מען איז פרייליך צו מקיים זיין די בקשה פון רבי'ן אז יעדער זאל קומען צו אים, זאל זיין ווער זאל זיין, מען ווייסט אז דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט העלפן יעדער וואס וועט קומען צו זיין ציון, בפרט ראש השנה, ווען ער קען העלפן אפילו די וואס ער קען נישט א גאנץ יאר. און ווער רעדט נאך אויב מען איז זוכה צו זאגן א תיקון הכללי ביים ציון, וואס מיר אלע וועלן בעז"ה זוכה זיין צו טון, וועלן מיר זיכער באקומען די גרויסע תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט.
מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה