צוויי חשובע אנשי שלומינו, הר"ר דוד פוקס שליט"א, וועלכער איז אויפגעוואקסן אין ארץ ישראל, און הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א, וואס שטאמט פון אמעריקע און דינט היינט אלס א מגיד שיעור אין די ישיבה אין ארץ ישראל, פירן יעדן מיטוואך א געשמאקן שמועס אויף די קול ברסלב האטליין.
ווי שוין באריכטעט, וויל דער ראש ישיבה שליט"א אז אנשי שלומינו זאלן האבן גוטע, ערליכע תוכן צו ליינען און צו הערן, כדי מען זאל בכלל נישט האבן די נסיון פון אויסצוהערן די פארשידענע לצים-האטליינס. איין האטליין מאכט א מער ערנסטע פנים, און דער צווייטער אביסל ווייניגער, אבער הצד השווה שבהם איז אז אלע זענען אנגעפילט מיט ליצנות און גוי'אישע השקפות, וואס שאדן פאר אן ערליכער איד.
געלויבט דעם אייבערשטן, אז עס ווערט ב"ה יעדן טאג צוגעלייגט הערליכע תוכן סיי אויף די קול ברסלב טעלעפאן ליין, סיי אויף די ברסלב סענטער וועבסייט, און סיי וועכנטליך דורך די גליונות און צייטונגען. אידישע קינדער באקומען יעדן טאג לעבן פון די רייכע אינהאלט -  דרשות, ארטיקלען, בריוו, אינטערוויוס, נייעס, פאַדקעסטס, שמועסן און נאך — וואס ברענגען חיזוק אויף אן ערליכער וועג, כדי צו קענען אנגיין אין דעם הייליגן אויסגעטרעטענעם דרך המסורה פון אונזערע עלטערן און רבי'ס. דאָס איז תוכן וואס איז נישט בלויז בלי שום חשש ליצנות, רכילות, פאליטיק און לשון הרע, נאר אויך אנגעפילט מיט תמימות, יראת שמים, אמונה און מידות טובות.
אויף דעם וועג ווערט כסדר צוגעלייגט נאך גוטע תוכן כסדר אויף די פארשידענע אויבנדערמאנטע פלאטפארמעס. יעצט איז צוגעקומען א פרישע פראגראם "א פשוטע מיטוואך" אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין, וועלכער גייט שוין אן עטליכע וואכן מיט גרויס הצלחה, און איז שטארק אויפגעכאפט געווארן. יעדע וואך שמועסט מען איבער א געוויסע נושא — אן אקטועלע פראבלעם מיט וואס אידן מוטשענען זיך כסדר. מען לייגט עס אראפ פון אלע צדדים און מען ברענגט דערנאך דעם דעת תורה פון ספרי אשר בנחל און עצתו אמונה, כדי צו טרעפן דעם קלארן און אויסגעהאלטענעם מהלך וויאזוי זיך צו פירן, און צו באקומען ריכטיגע עצות וויאזוי צו לייזן דעם אישו.
דער נאמען "א פשוטע מיטוואך" נעמט זיך פון וואס רבי נתן ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "וואס אונז רעדן אין א פשוטע מיטוואך, וואונטשן זיך צדיקים צו רעדן בעלמא דקשוט".
אין די ערשטע וואך פון דעם פראגראם, איז דער שמועס געווען איבער די פרייזן פון דירות. מען האט ארויסגעברענגט די שוועריקייטן צו קויפן הייזער אין די היימישע געגענטער און דורכגעשמועסט די פארשידענע אפציעס פון זיך אריבערציען צו נייע געגנטער, וואס פילע נעמען אין באטראכט כדי צו קענען האבן א דאך איבערן קאפ. און מען האט אויסגעשמועסט די ריכטיגע מהלך וויאזוי אנצוקוקן דעם נושא על פי דעת תורה.
די צווייטע וואך, פרשת כי תשא, ערב פורים, האט מען דורכגערעדט בענינא דיומא וויאזוי צו זיין פרייליך פורים אין אזא שווערע יאר ווען פורים פאלט אויס ערב שבת, און מען קען נישט געהעריג אויסגעבן און טאנצן ביז שפעט ביינאכט.
פרשת ויקהל איז געווען א שמועס איבער די ברענענדיגע נושא פון בין הזמנים — וואס פילע בחורים ווייסן נישט וואס צו טון איין גייען ליידיג אין די טעג ווען די ישיבות זענען פארמאכט. מען האט ארויסגעברענגט די פראבלעם פון בחורים וואס זוכן "עקשן", און מען האט געגעבן עצות און חיזוק וויאזוי צו פארמיידן די חששות און בעסער אויסנוצן די צייט.

דער פראגראם גייט בעז"ה ווייטער אנגיין און וועט מחזק זיין אנשי שלומינו, צו קענען אנגיין אין לעבן מיט קלארקייט, תמימות און יראת שמים. צו הערן די שמועסן קען מען רופן קול ברסלב אויף 212-444-9191, און דרוקט 1-4-4