אינעם ווינטער סעזאן ווען די שבת נאכמיטאגס זענען קליין און עס איז דא א לאנגע מוצאי שבתים, טוט מען אריבער רוקן די אבות ובנים זמן צו מוצאי שבת קודש, און אנשי שלומינו נוצן אויס די געלעגענהייט זיך אראפ צו זעצן איין מאל א וואך פאר עטליכע מינוט מיט די קינדער און מען גייט דורך מיט זיי די לימודים וואס זיי האבן געלערנט במשך די וואך.
 
די מנהג פון לערנען מיט די קינדער מוצאי שבת וואס ווערט אנגערופן “אבות ובנים” איז געווארן איינגעפירט דורך אונזער רבי מוהרא”ש זכותו יגן עלינו, וואס האט שוין איבער פערציג יאר צוריק געשריבן א קונטרס איבער די נושא מיטן נאמען “אבות ובנים”
ווי מוהרא”ש ברענגט ארויס די וויכטיגקייט פון לערנען מיט די קינדער און זיך נאכפרעגן וואס מען האט געלערנט און אזוי אויך אויפכאפן אויב די קינדער כאפט אויף גוט און ריכטיג די לימודים אין חדר.
 
און אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה האבן די גבאים פון אלע בתי מדרשים היכל הקודש איינגעפירט דעם שיינעם מנהג, צו לערנען מיט די קינדער זומער שבת נאכמיטאג און ווינטער מוצאי שבת קודש, און דערמיט מאכן א נענטערע קשר מיט די קינדער. די גבאים טיילן אויס פאר די קינדער גוטע זאכן, און נאכן לערנען קומט פאר שיינע גורלות.
 
🛒 ספר אוצר חינוך הלדים (אנטהאלט צווישן אנדערע דער קונטרס "אבות ובנים") צו קויפן
📖 ספר אוצר חינוך הלדים (אנטהאלט צווישן אנדערע דער קונטרס "אבות ובנים") צו לערנען