אברכי כולל קרית ברסלב פארהערן זיך הלכות בשר וחלב
טז חשון תשפ"ז 📝
ווי יעדער אין שטעטל האלט מיט, זיצן אן ערך פון צוואנציג חשוב'ע אינגעלייט אין אונזער הייליגן כולל "היכל הקודש" קרית ברסלב, וואו מען לערנט דורך פארשידענע מקצועות איינס נאכן צווייטן מיט א געוואלדיגע התמדה.
פאר ראש השנה תשפ"ו, האבן זיך די אינגעלייט פארהערט גאנץ הלכות שבת ביי עטליכע גדולי הרבנים. די רבנים האבן דערנאך געשריבן פאר יעדן אינגערמאן באזונדער גאר שיינע בריוו, וואו זיי האבן אויסגעדריקט זייער גרויסע התפעלות זעענדיג ווי די אינגעלייט קענען הלכות שבת ישר והפוך; אלע הלכות זענען ביי זיי קלאר און ליגן ביי זיי "כמונח בקופסא".
נאך הלכות שבת איז מען אריבער צום קומענדיגן מקצוע, הלכות בשר וחלב. מען האט דאס אדורכגעאקערט פאר א שטיק צייט אהין און צוריק, אנגעהויבן פון די גמרא ביזן הלכה למעשה, ביז מען איז שוין ברוך השם געווען גרייט פאר א פארהער.
דאנערשטאג פרשת נצבים-וילך, פאר ראש השנה, זענען די חשוב'ע כולל אינגעלייט טאקע אריבער זיך פארהערן ביי א גאר חשוב'ן דיין, הרה"ג ר' אברהם וויינגארטן שליט"א, ראש הכולל "חלקת דוד" אין מאנסי.
דער חשוב'ער דיין שליט"א האט שטארק באוואונדערט די קלארקייט וואס די אינגעלייט האבן ארויסגעוויזן אינעם גאנצן מקצוע. מען זעט קלאר אז זיי האבן דאס גוט דורכגעלערנט און זענען נישט סתם געזעסן אויפן כולל באנק צו שטופן די צייט, נאר זיי לערנען אינעם כולל ווייל דאס האבן זיי אויסגעקליבן מרצונם הטוב, וועלנדיג אויסניצן די טעג מיט לערנען די הייליגע תורה, אז די תורה זאל זיין זייער גאנצע אומנות.
דעם קומענדיגן זונטאג, עשרת ימי תשובה, זענען די חשוב'ע אינגעלייט אריבערגעפארן קיין בארא פארק זיך צו פארהערן אויף די געלערנטע סוגיות ביים בארימטן סקווירא דיין, הרה"ג ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א.
שמועסנדיג מיט איינעם פון די חשוב'ע אינגעלייט אין כולל, הרה"ח ר' לוי יצחק האראוויץ שליט"א, האט ער אונז איבערגעגעבן דעם סדר וויאזוי די פארהערן זענען צוגעגאנגען: "עס ווענדט זיך וועלכע פארהער," זאגט ער. "ביים ערשטן פארהער ביי הרה"ג ר' אברהם וויינגארטן שליט"א האט ער האט געשטעלט עטליכע שאלות פאר יעדן אינגערמאן באזונדער. אבער ביים סקווירא דיין, הרה"ג ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א, איז דער פארהער געווען פארן גאנצן עולם אינאיינעם, און ווער עס האט געוואלט האט געענטפערט."
ער פירט אויס: "נאכן פארהער האבן די רבנים איבערגעגעבן א שיינעם 'כתב' פאר די בני הכולל, וואו זיי שרייבן אז מען איז ב"ה אויסגעצייכנט אין דעם מקצוע. אויך אונזער חשוב'ער דיין און ראש הכולל שליט"א האט צוגעגעבן א שיינעם צעטל. יעצט, נאכן מצליח זיין און ענדיגן לערנען הלכות בשר וחלב, גרייט מען זיך שוין מיט פרישע כוחות אנצוהויבן לערנען הלכות תערובות."
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די חשוב'ע אינגעלייט זאלן ווייטער שטייגן און מצליח זיין אין זייער תורה ועבודה, און מיר זאלן אלע קענען אנהאלטן אונזערע שיעורים כסדרן יעדן טאג; זאל אונז די הייליגע תורה באשיצן פון אלע שוועריקייטן וואס קומען נאר אונטער.
ותלמוד תורה כנגד כולם!
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.