אגריקולטור סעקרעטאר שטעלט פאר פלאן צו נידערן אייער-פרייזן

ל שבט תשפ"ה 📝
די נייע אגריקולטור סעקרעטארשע פון די טראמפ אדמיניסטראציע ברוק ראלינס האט געמאלדן א ברייטע פינף-שטאפלדיגע פלאן צו באקעמפן דעם ערנסטן פייגל-פלו-קריזיס און צו נידערן די אייער-פרייזן, וועלכע זענען אין די לעצטע צייטן געשטיגן צו אומגלויבליך הויכע שטאפלען.
אין די לעצטע פאר יאר איז די אמעריקאנער אייער-אינדוסטריע אויסגעשטאנען ערנסטע פראבלעמען צוליב די פילע אויסברוכן פון פייגל פלו. די קרענק האט געפירט צו די מאסן-פארניכטיגונג פון ביליאנען הינער, וואס האט צוגעפירט א מאסיווע רעדוקציע אין פראדוקציע און צום סוף אנגעברענגט געפערליכע פרייז שטייגונגען. יעצט ווען עס דערנענטערט זיך דער יום טוב פסח ווען מיר נוצן אסאך אייער, איז ערווארטעט אז אייער וועט צולייגן עטליכע הונדערט דאלער צו די הוצאות יום טוב, וואס דער אויבערשטער וועט בלי ספק אונז צושטעלן, מאן דיהיב חיי, יהיב מזוני, דער אויבערשטער וואס געבט אונז לעבן - קיינער רעדט זיך נישט איין אז ער קען אליינס אריינגעבן א נשמה און חיות אין א קערפער, דער זעלבער באשעפער שיקט צו פרנסה. עס איז נישטא וואס זיך צו זארגן.
מיר וועלן לאזן די דאגות פאר די אגריקולטור דעפּאַרטמענט. ראלינס זאגט אז זיי פלאנען צו אינוועסטירן דעם ריזיגן סכום פון א ביליאן דאלער צו באקעמפן דעם קריזיס. זייער פלאן באשטייט פון פינף פונקטן:
איינס. די רעגירונגס וועט אינוועסטירן אסאך געלט פאר ריסוירטש און פראגראמען צו פארמינערן די פארשפרייטונג פון די פייגל-פלו ווירוס צווישן הינער. עס וועלן ווערן ארויפגעלייגט פארשידנע נויטיגע זיכערהייטס מיטלען אין פארמעס און פלייש-פראדוקציע צענטערן.
צוויי. טויזנטער אייער-פארמער אין אמעריקע האבן געליטן גרויסע שאדן צוליב די פילע פלו אויסברוכן. די רעגירונג פלאנט צו צושטעלן געלט פאר די אלע פארמער, כדי זיי זאלן קענען זיך שנעל צוריק בויען צוריקקומען צו זייער געוועזענע פראדוקציע שטאפלען.
דריי. אין די לעצטע יארן זענען געווען געוויסע באמיאונגען צו שאפן וואקסינען קעגן פייגל-פלו, די רעגירונג וועט אינוועסטירן צו אַנטוויקלען וואקסינען וואס קענען זיין אפעקטיוו אין באשיצן הינער פונעם פלו.
פיר. לויט ראלינס האבן די פריערדיגע אדמיניסטראציע ארויפגעלייגט פארשידענע רעגולאציעס וועלכע שטערן די אייער-אינדוסטריע. די אדמיניסטראציע האט צוגעזאגט איבערצוקוקן און אויסמעקן געוויסע רעגולאציעס כדי צו פארגרינגערן די פראדוקציע קאסטן און סוף כל סוף ברענגען צו ביליגערע אייער פאר קאנסומערס.
פינף. די אדמיניסטראציע וועט ערלויבן און מוטיגן דאס צייטווייליגע אימפארטירונג פון מיליאנען אייער פון אויסלאנד, בעיקר פון טורקיע, כדי צו פארגרינגערן דעם מאנגל אין די אמעריקאנער מארק און סטאביליזירן די פרייזן.
די אגריקולטור סעקרעטאר האט געזאגט אז זי האלט אז די ביידען אדמיניסטראציע איז פאראנטווארטליך פארן קריזיס. לויט איר, האט די פריערדיגע אדמיניסטראציע איגנארירט די ערנסטע פראבלעמען אין דער אייער-אינדוסטריע, וואס האט געברענגט צו די עקסטרעמע פרייז שטייגונגען. זי האפט אז מיט די נייע פאליסיס וועט די סיטואציע זיך סטאביליזירן אין די קומענדיגע דריי צו זעקס מאנאטן.
ווי געזאגט לאזן מיר די אין די "הויכע פענסטער" זיך "זארגן", און אנדרייען, מיר וועלן ווייטער זיין רואיג און צופרידן, וויסנדיג אז מיר זענען אין גוטע הענט, די ריכטיגע פירער פון די אגריקולטור אדמיניסטראציע און פון די גאנצע וועלט איז דער אויבערשטער, און ער האט א גוטע טרעק רעקארד מיט עקספיריענס וויאזוי צו פירן די וועלט וואס איז נישטא זיינס גלייכן.