אוויאציע און פליגערס
כג כסלו תשפ"ד 📝
אונזער באקאנטער ר' יעקב וועמען מיר האבן שוין קענען געלערנט פאריגע וואך שפאצירט צווישן די ביימער - ווי ער טוט כסדר - און דאנקט דעם אויבערשטן אויף זיינע פילע חסדים וואס ער טוט מיט אים יעדן טאג און יעדע מינוט, ער גייט דורך די אל"ף בי"ת, כדי דאס זאל אים ארויסהעלפן אין זיין התבודדות מיסיע, א' אומאן, "שכח אייבישטער אז איך האב זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבין אין אומאן", ב' באשעפער, "שכח אייבישטער אז איך ווייס פון דיר באשעפער דו האסט מיר באשאפן אין א משפחה וואס ווייסט פון דיר." און אזוי ווייטער.
די גראז און ביימער העלפן אים ארויס מיט זיין שפאציר און שמועס מיטן אויבערשטן, ווען פון אלע זייטן טשוויטשקען זיך אזוי זיס די פייגעלעך, ווען אויך זיי זינגען שירה צום אויבערשטן, בשעת זיי פליען אזוי פריי צווישן די ביימער און גראז.
יעקל באטראכט די פייגעלעך, און קוקט זיך צו ווי זיי פליען אזוי גרינג מיט בלויז א שאקל פון די פליגלען, "וויאזוי פליען זיך די פייגלעך אזוי גרינג?", ער כאפט זיך אז אייגענטליך האט דער אויבערשטער אריינגעגעבן חכמה אין די מענטשן מען זאל קענען נאכמאכן די פייגלעך, היינט צו טאגס זענען פארהאן א געשאצטע פינף און צוואנציג טויזענט פליגערס אין באנוצליכע צושטאנד, און יעדע מינוט געפינען זיך א געשאצטע צען טויזענט פליגערס אנגעפילט מיט פאסאנזשירן אין די לופט.
טראכטענדיג פון די פליגערס איז די וואונדער אסאך גרעסער: א באואינג 747 פליגער וועגט היבש איבער 400,000 פונט (בערך 200,000 קילאגראם) און ווען עס איז אנגעפילט וועגט עס אן עוורידזש גאנץ נאנט צו א מיליאן פונט (איבער 400,000 ק"ג), לופט איז ממש א "גארנישט", איז וויאזוי קען דער "גארנישט" האלטן אזא שווערע פליגער?
דער ענטפער דערצו ליגט אינעם קאצעפט וואס מען רופט "ליפט" (נישט זיך אויסמישן מיט "לופט"), דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין "ליפט" א געוואלדיגע כח, וואס ערמעגליכט אז ריזיגע פליגערס זאלן זיך קענען הייבן אין די לופט גרינגערהייט. כדי צו באקומען ליפט דארפן די פליגלען זיין פארמירט אין א ספעציעלע פארעם וואס שטופט ארויף דעם עראפלאן.
כדי א פליגער זאל זיך קענען הייבן מוז עס פארן שנעל, און די פארעם פון די פליגלען זענען געבויעט אויף אזא וועג אז אויבן איז עס מער געדרייט און אונטן מער פלאך און ווען עס פארט שנעל פארט דורך לופט פון אונטן און העכער די פליגל, די לופט פון העכערן פליגל דארף פארן שנעלער צוליב די לענגערע וועג ביז די אנדערע עק, און דאס איז גורם א שטארקע לופט דורק פון אונטערן פליגל און א נידעדיגע לופט דרוק פון אויבן, דאס איז די באדייט פון א "ליפט" וואס אויף דעם קאנצעפט איז געבויעט דאס פליען פון פליגערס.
"כל העולם לא נברא אלא בשבילי," טראכט ר' יעקב צו זיך, מיליאנען גויים ארבעטן יעדן טאג אין די אוויאציע אינדוסטריע, דער ביים בויען די פליגער, און די אנדערע ביי די לופטפעלדער, אלעס ווערט מעינטעינד, אן דעם וואס איך דארף אפילו טראכטן דערפון, אלעס האט דער אויבערשטער צוגעגרייט אז ווען איך וועל דארפן פארן ערגעץ מיט א פליגער, אויף שמחות, אדער צום רבין קיין אומאן, דארף איך בלויז שאקלען מיט די ליפן און בעטן תפילות פונעם אויבערשטן, און הונדערטער עירליינס און עירפארטס, קאנטראל צענטערן, סעקיוריטי באאמטע, אלע שטייען און ווארטן אז איך זאל קומען צום באשטימטן רייזע. אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, ווען אנשי שלומינו האבן געוואלט פארן פון אביסל ווייטערע לענדער - צום ביישפיל ארץ ישראל - קיין אומאן, פלעגט מען זיך דארפן ארויסלאזן וואכן פריער, שוין אנפאנג חודש אלול, און זיך געוואלגערט אויף די וועגן מיט וועגענער קיין איסטאנבול טערקיי, און פון דארט מיט א שיף קיין אדעסע. ווער רעדט נאך אויב איינער וואלט געוואלט פארן פון אמעריקע קיין אומאן.
היינט אפילו ווען די וועגן זענען אביסל שווערער פון עטליכע יאר צוריק, איז עס רעליטיוו ממש גארנישט, דאנקען מיר דעם אויבערשטן אז מען קען פארן צום הייליגן רבין און סיי וואו מיר ווילן ממש ווי א מלך, און אין ווייניגער פון צוויי טעג קענען מיר אנקומען פון ניו יארק ביז אומאן.
ר' אברהם בן ר' נחמן האט זיך אויסגעדרוקט בשנת תר"ע, ווען עס האט נאך געדויערט חדשים צו פארן אויפן שיף "עס וועט נאך קומען א צייט א מענטש שטייט אויף עס איז אים שווער אויפן הארץ, וועט ער קענען דאווענען אין ארץ ישראל שחרית, מנחה ביים רבינס ציון, און מעריב אינדערהיים."