גרשון קרעמער
 
די אידישע גאס איז אויף מיט די נייע הערליכע מוזיק ווידיא וואס איז ערשינען דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א מיט'ן נאמען "אוי האט זיך עס געלוינט" וואס איז געבויעט אויף די ניגון פון ר' אברהם מרדכי שווארטץ, מיט צוגעלייגטע ווערטער וואס ברענגען ארויס די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה.
 
דער מוזיק ווידיא הייבט זיך אן מיט די ווערטער:
 
"אוי, האט זיך עס געלוינט, אוי האב איך פארדינט."
 
"מי שהי' אצלי על ראש השנה צריך לשמוח מאוד."
 
"ווער עס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה, דארף זיך זייער פרייען!"
 
"אוי, האט זיך עס געלוינט, אוי האב איך פארדינט."
 
אויף די ווידיא זעט מען ווי די בחורים לערנען פלייסיג אין ישיבה, זיי לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספר "חיי מוהר"ן" ווי דער הייליגער רבי שרייבט "הראש השנה שלי עולה על הכל. והיה פלא אצלי, מחמת שהמקורבים אלי מאמינים לי, ולמה לא יזהרו כל האנשים המקורבים אלי שיהיו כולם על ראש השנה, איש לא יעדר, כי כל עניין שלי הוא רק ראש השנה. והזהיר לעשות כרוז שכל מי שסר למשמעתו ומקורב אליו יהיה על ראש השנה אצלו, לא יחסר איש. ומי שזוכה להיות על ראש השנה ראוי לו לשמוח מאוד מאד. "אכלו מעדנים ושתו ממתקים כי חדוות ה' היא מעוזכם" וזה נאמר על ראש השנה"
 
דערנאך זעט מען ווי אלע בחורים שטעלן זיך אויף, דער ראש ישיבה קומט אריין. דער ראש ישיבה שליט"א רופט אויס: "ראש השנה שרייבט מען אפ, וואס עס וועט זיין מיט א מענטש, מיט זיין משפחה, די גאנצע קומענדיגע יאר, דא איז דא א צדיק רבינו הקדוש רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, וואס ער האט צוגעזאגט ווער עס וועט קומען צו אים אין אומאן אויף ראש השנה, וועט האבן א גוט יאר, שידוכים פרנסה געזונט, און ער וועט אים מאכן פאר א גרויסע צדיק."
 
דערנאך רופט דער ראש ישיבה אויס מיט א שמחה "מען פארט קיין אומאן!"
 
אלע תלמידים ווערן זייער פרייליך, זיי הייבן אן צו טאנצן און זינגען "מען פארט קיין אומאן", אלע לויפן ארויס צום באס מיט די רענצלעך, מען פארט מיט א געוואלדיגע שמחה צום הייליגן רבי'ן.
 
בשעת דער ראש ישיבה שליט"א רעדט, זעט מען ווי איינער הערט זיך אונטער, און גלייך דערנאך רופט ער אן דעם טראוועל אגענט, און מען זעט ווי פרייליך ער ווערט ווען ער באקומט צוריק א טעקסט "דיין טיקעט איז קאנפירמד".
 
דערנאך זינגען אלע ווייטער צוזאמען
 
"ווער עס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה, דארף זיך זייער פרייען!"
 
"אוי, האט זיך עס געלוינט, אוי האב איך פארדינט."
 
🎦 לינק צום פולן מוזיק ווידיא