אויטאמאטישע טירן
ג חשון תשפ"ה 📝
וויאזוי ארבעטן די אויטאמאטישע טירן? וויאזוי "ווייסט" דער טיר אז איימיצער קומט, און ער דארף זיך עפענען?
דער קורצער ענטפער איז אז עס זענען פארהאן "סענסארן" (שפּירערס) וואס אפילו מען קען זיי נישט באמערקן קענען זיי "שפירן" אז איינער קומט, און דער סענסאר שיקט א סיגנאל פאר'ן מאטאר פונעם טיר זיך צו עפענען.
דאס קומט אונז צו דערמאנען אז אפילו מיר זעען גארנישט, און מיר שפירן גארנישט, ווען מיר טוען סיי וואס פאר'ן אויבערשטן, קומען די סיגנאלן אן ווי זיי דארפן, און זיי עפענען אויף אלע טויערן פאר אונז.
אין די ערשטע תקופה פון אויטאמאטישע טירן פלעגט מען נוצן א "מעט" (מחצלת) וואס מען האט הארט איידער דעם טיר, דער קארפעט האט געהאט אונטער דעם א "קנעפל" וואס האט זיך אראפ געדרוקט ווען איינער איז ארויף געגאנגען דערויף, וואס האט דירעקט געעפענט דעם טיר. איין חסרון דערפון איז געווען, אויב א קינד וואס וועגט ווייניג איז געקומען, האט זיך עס נישט געעפענט.
היינט נוצט מען נייערע טעכנעלאגיעס דערפאר. בעיקר ווערט גענוצט ליכט שטראלן וואס שיינען צו אן אויפכאפער, און ווען סיי וואס גייט אריין אינצווישן, ווערט אפגעהאקט דער שטראל, וואס זאגט פארן מאשין אז ער דארף זיך עפענען.
א מענטש קען זיך דאכטן אז ווייל ער זעט עס נישט איז עס נישטא, אבער דער אויבערשטער האט באשאפן אסאך סארטן ליכט שטראלן וואס דער מענטשליכער אויג כאפט עס נישט אויף, דער מענטש קען נאר זען קאלירן צווישן רויט און וויאלעט (אלע אנדערע קאלירן זענען אינצווישן - אפשר וועט מען אמאל רעדן פון די קאליר ספעקטרום), אבער די קאלירן גייען נאך אסאך ווייטער, א מענטשן איז "קאליר בלינד" צו די אנדערע קאלירן, די קאליר בעפאר רויט ווערט גערופן "אינפראָ-רויט", וואס מיינט "אונטער רויט", און די קאליר נאך וויאלעט ווערט גערופן "אולטראָ וויאלעט", וואס מיינט "נאך וויאלעט", ווען מען שיינט די קאלירן, קען עס א מענטש נישט זען, און עס בלייבט טונקל פאר אונזערע אויגן. עס זענען דא מאשינען וואס קענען עס זען, און די אויטאמאטישע טירן נוצן זיך מיט די סארטן שטראלן.
ווען מיר הערן אויס א חבר זיינע שוועריקייטן, ווען מיר זענען מחזק א איד, מיר גייען הפצה, דאן שיינען מיר מיט די "אולטרא" ליכטיגקייט, וואס שיינט אסאך שטערקער ווי סתם לייטס, און כאטש די וועלט פארשטייט נישט דערצו, זענען אבער דא צדיקים וואס קענען דעטעקטן די אורות וואס שיינען און באלייכטן, און ווי דער זוהר הקדוש זאגט, ווען מען מאכט ליכטיג אויף דער וועלט, מען ברענגט צוריק אידן צום אויבערשטן, פאר אים עפענען זיך אויף אלע טויערן אין הימל, און ער וועט האבן קינדער צדיקים וואס וועלן ווייטער באשיינען די וועלט.
askgershon@gmail.com