אויפגעכאפטע גליון "שיעורי חינוך" צייכענט אפ א גאנצע יאר
כח שבט תשפ"ד 📝
אין די טעג ווערט אפגעצייכענט א גאנצע א יאר צייט פון ווען די הערליכע גליון "שיעורי חינוך", איינע פון די פולע גליונות פון היכל הקודש האט אנגעהויבן ארויסקומען.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו די וואך צו די מוצאי לאור שטארקע דברי חיזוק אז זיי זאלן זיך שטארקן ביתר שאת וביתר עוז ווייטער ממשיך זיין צו מיט די הייליגע ארבעט, דער ראש ישיבה שרייבט צווישן אנדערע "יעצט איז געווארן א יאר פון ווען דו האסט אנגעהויבן ארויסגעבן דעם הערליכן גליון שיעורי חינוך. דער גליון האט געמאכט א גרויסע מהפיכה אין די וועלט; אפילו די וואס ווילן נישט ארייננעמען אין האנט א ברסלב'ע צעטל - אבער דעם גליון נעמט מען יא, ווייל אלע דארפן עצות אויף חינוך; אלע זענען פארלוירן אין דעם ענין". דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער "די וועלט דארף רחמי שמים; עס בלאז לינקע ווינטן, און די חינוך פון אונזערע קינדער איז אין א סכנה, מען דארף האבן דעם רבינ'ס עצות און שכל וויאזוי מחנך צו זיין די קומענדיגע דורות מיט יראת שמים און קדושה וטהרה".
ווי די ארויסגעבער דערציילן הערט מען צוריק גריסן פון אלע שיכטן אין קרייזן אין כלל ישראל, זאל עס זיין חסידישע, ליטווישע, אשכנזישע, ספרדישע, מען הערט צוריק פון טאטעס פון מאמעס, פון מלמדים, און פון מיידל שולעס, ווי זיי זענען מחיה מיט די געוואלדיגע גליונות וואס עס קומט זיי צוניץ מידי יום מיומו און דאס איז ממש זייער וועג ווייזער צו מחנך זיין די קינדער וכו' זעענדיג דערין א געוואלדיגע נחיצות און מאכן זיכער נישט צו פארפאסן קיין איין גליון וואס האט שוין פילע פון זיי געשטעלט אויף די פוס.
פילע מוסדות זענען פארלוירן, זיי ווייסן נישט ווי זיך אהין צו טון, מען רופט פעדאגאגן, פסיכאלאגן, מומחים און טעראפיסטן אויסצולערנען די מלמדים וויאזוי צו פירן א כתה, מען לויפט זיי נאך, און מען צאלט זיי וויפיל עס לאזט זיך, מען פרובירט זיך אנצוכאפן אין א שטרוי כדי געראטעוועט צו ווערן פון די מבול פון הפקרות וואס האט ארום גענומען די וועלט, און דא באגעגענען זיי א גליון אראפגעלייגט די יסודות פון חינוך אזוי שיין און קלאר מיט קלארע עצות און שכל וויאזוי מען קען זיך אפגעבן מיט די קינדער, און אלעס איז גענומען פון די תורה. דערפאר כאטש מען וואלט געקענט מאכן א גליון פון נאך טויזענט נושאים, אבער דוקא די נושא פון חינוך האט געמאכט א מהפכה וואס מען האט זיך נישט געקענט אליינס פארשטעלן.
מיטן אויבערשטענ'ס הילף האפן די ארויסגעבער מיט די צייט צו מסדר זיין די פילע גליונות און קונטרסים און דערנאך מאכן דערפון אין שיינע ספרים וואס וועט באלייכטן טוינזטער אידישע שטובער, און מהנה זיין כלל ישראל מיט דעם גרויסן אוצר.
יעצט ווען עס איז געווארן א יאר פון ווען מען איז אריינגעשפרינגען אין דעם פראיעקט דאנקט מען דעם אויבערשטן אויף די געוואלדיגע זכי' אז מען האט געקענט האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים שאין כדוגמתו.
און דא איז טאקע דער פלאץ זיך צו באנאנקען פאר די מוציאים לאור פון דעם געוואלדיגן גליון און פאר אלע וואס העלפן זיי צו סיי מיטן עס איבערטייטשן אויף לשון הקודש פאר די אלע וואס פארשטייען נישט די אידישע שפראך און סיי פאר די מגיהים און אויסשטעלעס און אזוי ווייטער, דער אייבערשטער וועט זיי אוודאי באצאלן מיט אלעם גוטן.
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן א געוואלדיגע מוסר השכל פון דעם גליון, וואס איז צושטאנד געקומען פון עטליכע אינגעלייט תלמידים פון דער ראש ישיבה שליט"א וואס האבן געטראכט א געדאנק - אזוי ווי נאך אסאך מענטשן - אבער האבן עס גענומען מכח אל הפועל, און פון דעם דארפן מיר זיך אלע אפלערנען, מען זאל בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל קענען אויספירן די געדאנקען וואס מען האט אויף למעשה, וואס פון דעם קען ארויסקומען גאר אסאך כבוד שמים.
אויך דארף מען דא דערמאנען אלע תלמידי היכל הקודש, יעדער איינער זאל נעמען א חלק אין פארשפרייטן די הייליגע עצות וואס מען באקומט יעדער איינער אויף זיין וועג, איינער קען מאכן הפצה מיט די גליונות, איינער קען דרוקן, און איינער קען געבן געלט פאר הפצה, וואס מיט דעם האט מען א חלק אין די גאולה.