שטייענדיג בלויז א חודש אפגערוקט פונעם הייליגן יום טוב ראש השנה תשפ"ד הבעל"ט, וויל דער געטרייער רייזע אגענטור "פלען-איט-רייט" דערמאנען עטליכע וויכטיגע זאכן וואס איז קריטיש וויכטיג צו קענען קומען צום הייליגן ציון אין אומאן.
 
* תפילות: די ערשטע און די וויכטיגסטע זאך איז תפילה און נאכאמאל תפילה, וויפיל מאל מען רעדט פון תפילה איז נישט גענוג ווי חז"ל רעכענען עס אויס צווישן די "דברים העומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלים בהם", דאס איז די העכסטע און וויכטיגסטע זאך, און איז קריטיש כדי צו קענען קומען צום רבין אויף ראש השנה.
 
* פאספארט: עס איז שוין לאנג אפגעלאפן די צייט צו קענען מאכן א פאספארט אויף די פשוטע וועג, וואס נעמט יעצט לויט די סטעיט דעפארטמענט בערך דריי חדשים, און אפילו א פארשנעלערטע פאספארט נעמט בערך 2 חדשים. עס איז זייער וויכטיג צו איבערקוקן דעם פאספארט שוין היינט, און אויב באמערקט איר אז עס לויפט אפ אין ווייניגער פון זעקס חדשים פון צוריק קומען פון אומאן, זאלט איר זיך שוין פארבינדן צו אייער אגענט אין פלען איט רייט וואס וועט אייך געבן בעז"ה די אפציעס וואס מען קען נאך טון כדי צו האבן א פאספארט אין צייט.
 
* טיקעט רעזערוואציע: מאכט זיכער אז אייער טיקעטס זענען גענצליך אויסגעצאלט ביז ראש חודש אלול, כדי צו קענען אנהאלטן דעם רעזערוואציע בעז"ה. נאכדעם קען מען שוין מער נישט גאראנטירן דעם טיקעט.
 
* מתנה פארן רבין: אויסער תפילות גרייטן זיך אנשי שלומינו צו קומען צום הייליגן רבין מיט מתנות. עס איז דרך ארץ ווען מען קומט צו גאסט אויף א שבת אדער א יום טוב, ברענגט מען עפעס מיט א מתנה, בלומען, א נאש, א טשאקאלאד, ביי אנשי שלומינו איז דא א מנהג אז ווען מען קומט צום הייליגן רבין קיין אומאן אויף ראש השנה ברענגט מען מיט א מתנה פאר'ן רבין, איינער ברענגט א סיום משניות, א מסכת, זוהר הקדוש, דעם רבינ'ס ספרים און דאס גלייכן. דערפאר איז יעצט די צייט צו דערמאנען, אז מען זאל זיך צוגרייטן יעדן טאג צו לערנען אביסל פון דעם לימוד וואס מען וויל מסיים זיין ביים הייליגן רבין, יעצט ווען עס איז נאך דא עטליכע וואכן.



פלען איט רייט איז גרייט ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו מיט אלע רייזע געברויכן בכלליות, און בפרט אויף אומאן ראש השנה, ווי פלען איט רייט איז באקאנט אלץ דער יחיד מומחה, ווי זיי וועלן אייך צושטעלן אייערע געברויכן לויט אייער בודשעט און פארלאנג, אנגעהויבן פון פליגערס, באסעס, באנען, אינשורעס, פאספארט און אזוי ווייטער.
 
ושמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום