אומאן ראש השנה תשפ"ה: טשארטער פליגערס פון צוויי פירמעס פון ניו יארק
כד תמוז תשפ"ד 📝
טראץ די אלע שוועריקייטן צו פארן צום רבי'ן, קוקן נישט אנשי שלומינו אויף גארנישט, ווייל וואס טוט נישט א מענטש צו קענען ארויסגיין זכאי בדין? וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו. אז דער רבי האט געבעטן אז מען זאל קומען צו אים, און צוגעזאגט אז ער וועט מתקן זיין אלע וואס קומען צו אים, וואס דארף מען מער?
ערליכע אידן בכלל, און חסידי ברסלב בפרט ווייסן אז אן תפלה הייבט זיך גארנישט אן, אלע זענען מתפלל אז מען זאל אנקומען בשלום צום הייליגן רבי'ן, און אז אלעס זאל דרוכגיין שיין און געשמאק, אויסער דעם גרייט מען זיך צו מיט "מתנות" פאר'ן הייליגן רבין. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אין די וואכן פאר ראש השנה, אז עס איז איינגעפירט ווען איינער קומט צו גאסט אויף שבת, ברענגט מען עפעס צום טיש, איינער ברענגט בלומען, טשאקאלאד, וכדומה, פלעגט ער זאגן, אז עס איז שיין אז ווען מען קומט צום רבי'ן אויף ראש השנה זאל מען אים ברענגען א מתנה, וועלכע מתנה קען מען אים ברענגען? פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל מאכן סיומים לכבוד ראש השנה, און ווען דו קומסט מתפלל זיין ביים ציון זאלסטו אויסרעכענען פאר'ן רבין די מתנות וואס דו האסט מיטגעברענגט, א חומש, משניות, גמרא, און זאלסט דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלעס וואס דו האסט באקומען פונעם רבי'ן, פארצייל פאר'ן אויבערשטן ווי דיין שלום בית האט זיך פארבעסערט, ווי דו שפירטס היינט א טעם אין א מצוה, האסט א קשר מיט'ן אויבערשטן, דו רעדסט צו אים כסדר, און דערנאך זאלסטו בעטן פאר אלעס וואס דו דארפסט אזוי ווי מען רעדט צו א חבר, אויף דיין פשוטע שפראך.
פילע אנשי שלומינו האבן שוין ב"ה טיקעטס צו פארן, היי יאר איז דא א שיינע אויסוואל, עס זענען שוין דא צוויי פירמעס וואס שטעלן צו טשארטער פליגערס פון ניו יארק צום הייליגן רבין אויף ראש השנה. דאס איז אויסער די פילע וועגן וואס מען קען פאר'ן מיט געהעריגע עירליינס, פון וואס יעדער קען זיך אויסוועלן לויט זיין געשמאק און בודזשעט.
דער כרוז וואס דער הייליגער רבי האט געשריגן פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק "איש בעל יעדר" "קיינער טאר נישט פעלן" הילכט אפ אויף דער וועלט יעדעס יאר אסאך העכער און העכער, מען זעט ווי אידישע קינדער טרעפן זיך צוריק מיט זייער טאטע אין הימל נאכדעם וואס זייער נשמה איז געווארן אויפגעוועקט דורך די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים. מען זעט ווי עס ווערט מקוים די ווערטער וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט "מיין פייער וועט ברענען ביז משיח וועט קומען", ווען נאך און נאך אידן ווערן געוואר אז מען קען יא זיין דבוק אין אויבערשטן, מען קען יא זיין אן ערליכע איד טראץ אלע שווערע נסיונות, אויב מען פאלגט דעם צדיק, מען לערנט כסדר די הייליגע ספרים, וואס דערמאנען כסדר די ליבשאפט און בענקשאפט פון אויבערשטן צו זיינע קינדער.
דאס זעט זיך שטארק אן אין אומאן, ווען עס מערן זיך פון יאר צו יאר די אידן וואס דערהערן דעם הייליגן רבי'נס רוף, און לאזן אלעס אפ קוקן נישט אויף געלט, טירחא, כבוד. מען פארט פאר איין סיבה, אז דער רבי וואס האט מיר געמאכט פאר אן ערליכער איד רופט, קומט מען צו גיין.
האש שלי תוקד עד ביאת משיח