אומאן רעזערוואציע דעדליין; נייער בנין ווערט געבויט אויף ראש השנה תשפ"ח
כג אייר תשפ"ו 📝
ס'טוט זיך גרויסע נייעס אין אומאן! מען האט נארוואס אנגעהויבן בויען א פרישן בנין אויפ'ן שטח וואס אנשי שלומינו פארמאגן, און לויט די פלענער וועט עס זיין גרייט בעזרת השם קומענדיגע יאר; דאס מיינט אז אויף ראש השנה תשפ"ח וועט מען עס שוין קענען ניצן בעז"ה. און אויף ראש השנה תשפ"ז ווען מיר וועלן זוכה זיין צו קומען אויף ראש השנה צום רבי'ן, וועט מען אי"ה שוין קענען זען די רויע שטאגן אויפגעבויט.
דער נייער בנין וועט זיין אויסגעשטעלט מיט פיל מער באקוועם, נישט ווי דער ביז יעצטיגער בנין וואס האט בלויז פשוט'ע צימערן מיט אכט אדער צען בעטן. עס וועט זיין מער ענליך צו א דירה, וואו יעדער וואס דינגט א דירה וועט קענען אריינלייגן וויפיל בעטן ער וויל. עס וועלן אויך זיין צימערן פון פארשידענע סייזעס. דערווייל האבן מיר נאכנישט געקענט באקומען מער אינפארמאציע ווי גרויס דער בנין וועט זיין, וויפיל שטאגן עס וועט האבן, און וואס פונקטליך עס וועט זיך דארט געפינען. מיר האפן בקרוב צו ברענגען א פרישן באריכט מיט מער פרטים.
בנוגע דעם ענין פון רעזערווירן די בעטן אינעם יעצטיגן בנין אויף דעם קומענדיגן יאר, איז וויכטיג צו באמערקן אז מיר האלטן שוין כמעט ביי ראש חודש סיון. ווער עס האט נאכנישט רעזערווירט זיין בעט, זאל זען דאס צו מסדר זיין און באצאלן פאר'ן דעדליין פון ראש חודש סיון. און יא, אפילו די וואס קומען שוין יארן לאנג אינעם בילדינג, דארפן נאך אלץ רופן זיך פריש איינשרייבן און קלאר מאכן אז זיי קומען דאס יאר אויך.
נאכדעם וואס מען שרייבט זיך איין קען מען באצאלן, אבער דערווייל קען מען נאר צאלן מיט קעש. און מען קען נישט צאלן ביסלעכווייז, נאר מען מוז אויסצאלן דעם גאנצן סכום אין קעש אויפאמאל. מיר ארבעטן זייער שווער אז מען זאל קענען באצאלן אויף נאך וועגן, ווי דורך B-pay, טשעקס, קרעדיט קארד, אדער QuickPay, אבער דערווייל זעט נישט אויס אז עס וועט שוין זיין גרייט פאר דאס יאר. עס זענען נאך דא פילע טעכנישע פרטים וואס דארפן אויסגעארבעט ווערן, דעריבער מוז מען דערווייל אויסצאלן דעם גאנצן באלאנס אין קעש פאר ראש חודש סיון. און אויב עס וועט זיך עפעס טוישן, וועלן מיר בעז"ה לאזן וויסן.
די פרייזן פאר די בעטן זענען ווי פאלגנד: ערשטער שטאק: $1,300, צווייטער שטאק: $1,100, דריטער שטאק: $900, און פערטער שטאק: $800.
דערווייל זענען נישטא קיין איבעריגע בעטן צו באקומען, אלעס איז שוין אויספארקויפט. עס זענען אבער דא מענטשן וואס זענען געווען פאריאר און האבן נאכנישט געכאפט אז מען דארף רופן נאכאמאל. מסתמא פלאנט יעדער צו קומען, אבער מען מוז שוין רופן זיך רעזערווירן, ווייל אז נישט זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ווארטן אויף די נייע בעטן, און מען וועט זיי עס לאזן רעזערווירן פון ראש חודש סיון און ווייטער.
נאך ראש חודש סיון וועט יעדע בעט וואס איז נישט באצאלט געווארן ארויסגענומען ווערן פונעם סיסטעם. און אפילו אויב איינער האט רעזערווירט צוויי בעטן, און האט שוין באצאלט פאר איין בעט, און נישט פארן צווייטן, וועט די צווייטע בעט ווערן אפן פאר א פרישע רעזערוואציע.
איר קענט באצאלן פאר אייער רעזערוואציע דורך די איבערגעגעבענע עסקנים אין אלע פלעצער:
אין אמעריקע: מו"ה מרדכי ראזענבערג – 845-825-3550; מו"ה יחזקאל סאמעט – 347-452-1936.
אין ארץ ישראל: מו"ה יצחק שמואל פרענקל – 054-845-6150.
אין ענגלאנד: מו"ה שמחה בלאק – 07388-582-855.