אומאנ'ער עירוב נעמט אריין דעם נייעם בנין
יט אלול תשע"ט 📝
דער יושב ראש וועד העירוב ד'אומאן הרב אליעזר יודא קעניג שליט"א האט געמאלדן פארן ראש ישיבה שליט"א אז ער ברייטערט אויס דעם עירוב אין אומאן עס זאל ארייננעמען דעם נייעם בנין אין אומאן פון ראש ישיבה שליט"א.
די אלע הונדערעטער אידן וואס וועלן זיך בע"ה איינקוואטירן אין דעם בנין, און אזוי אויך נאך פילע אידן פון איבער די גאנצע וועלט וואס וועלן וויילן איבער די לענג און ברייט פון אומאן וואס ווילן קומען מיטהאלטן די תפילות און דרשות פון ראש ישיבה שליט"א זענען זייער מכיר טובה דעם וועד העירוב אין אומאן, פארן זיי אנטקעגן קומען מיטן אונטערגענומען אזא קאסטבארן פראיעקט און האבן אויסגעברייטערט דעם עירוב עס זאל אויך ארייננעמען דעם נייעם בנין היכל הקודש אין אומאן אויף די בילאצערקאווסקע גאס.
דער עירוב קומט ספעציעל צוניץ אין אזא יאר ווי יעצט וואס ראש השנה געפאלט אויס זונטאג נאכט, און דער עולם קומט שוין אויף שבת קודש.
דער עולם וועט בעז"ה אויסנוצן דעם עירוב צו קענען קומען אין גיין פון בנין צום הייליגן ציון און אויסגיסן דאס הארץ ביים אייבערשטן און פועלן א גוט געבענטשט יאר ביים הייליגן ציון.
שמחים לשמרו ולערב עירובו