אומבאשרייבליכע שבת סיום הש"ס אריבער מיט הונדערטער באטייליגטע אין קראון פלאזא האטעל
י טבת תשפ 📝
די פענע איז צו ארים, און די שפראך איז צו קורץ צו קענען ארויסברענגען דעם שיינעם שבת קודש וואס איז אריבער אויף די פילע הונדערטער אנשי שלומינו מיט זייערע משפחות, וועלכע זענען זיך געקומען פרייען אינאיינעם בשמחת התורה, ווען די גאנצע קהלה סיי די טייערע בחורים, די אינגעלייט, און די בעלי בתים, האבן אלע אינאיינעם זוכה געווען דורכצוגיין במשך די לעצטע זיבן-און-א-האלב יאר יעדן טאג, טאג איין טאג אויס איין בלאט פון ש"ס, און יעצט זוכה געווען צו מסיים זיין די גאנצע ששה סדרי הש"ס.
וויבאלד עס איז אוממעגליך אראפ צו שרייבן און ארויסצוברענגען די געוואלדיגע געהויבענע שבת, וועלן מיר בלויז געבן א קורצע באריכט פון די טעכנישע פרטים וויאזי דער שבת איז אריבער.
מען האט זיך איינגעשריבן אינעם האטעל ערב שבת קודש אום 1:00, דאן איז געווען אביסל צייט צו שווימען אינעם אינדאר סווימינג פול, קודם פאר די פרויען, און דערנאך די מענער. טועמיה איז געווען אום 2:00.
מען האט זיך געשטעל דאווענען מנחה און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן פאר קבלת שבת. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון דעם שבת אז א גרויסער עולם האט מסיים געווען ש"ס, און דער גאנצער עולם הייבט יעצט אן ש"ס. ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט די חשיבות פון די טאטעס פון די אינגעלייט וואס זענען געקומען זיך באטייליגען מיט די שמחה פון זייערע קינדער וואס ענדיגן ש"ס.
בשעת'ן דאווענען איז געווען א שיעור פאר די פרויען דורך מרת שארף תחי', וואס האט גערעדט פון די גרויסקייט און די חשיבות וואס די פרויען האבן בשעת'ן לעכט צינדן, וואס דעמאלטס איז א מורא'דיגע שעת הכושר פאר א אידישע פרוי צו בעטן אלעס וואס זי דארף ובפרט קען זי דאן בעטן פאר גוטע קינדער. ווי אויך האט זי גערעדט אז מען זאל האלטן חשוב די מאן אז ער לערנט יעדן טאג און אים מחזק זיין פאר דעם
דערנאך איז געווען די סעודה אינעם גרויסן עס זאל. און אום 9:30 איז געווען די באטע. ביים באטע האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט איבער די לעצטע אנטיסעמיטישע געשעענישן, און מען קען נאר בארואיגן זיך און די קינדער מיטן חזר'ן אז דער אייבערשטער איז דא, און ער היט אונז.
שב"ק אינדערפרי איז געווען פרישטאג פאר די פרויען אום 9:30, דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט פאר די מענער א שיעור אין פעולות הצדיק פארן דאווענען און גערעדט איבער די גרויסקייט פון פארציילן שטענדיג מעשיות פון צדיקים, בפרט א מלמד פאר קינדער, און דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט באריכות וויאזוי דער הייליגער בעל שם טוב איז געווארן א צדיק און ווען דער הייליגער רבי האט דאס געהערט אלץ קליין קינד האט אים עס אין אים ערוועקט א מורא'דיגע תשוקה צו זיין א צדיק. נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט סיפורי מעשיות ביים קידוש, די זיבעטע מעשה פון "די פליג מיט'ן שפין" ווי דער רבי זאגט דארט: "ווילאנג דער דף איז מגין אויף דיר דארפסטו נישט מורא האבן פון קיינעם".
דערנאך איז געווען די סעודה פון בייטאג.
שבת נאכמיטאג פאר מנחה האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט תהלים מיט די קינדער, נאך תהלים האט דער ראש ישיבה שליט"א געפרעגט די קינדער "ווער האט א מעשה פון תפלה"?, אפאר קינדער האבן זיך אויפגעשטעלט איינער נאכ'ן צווייטן און פארציילט זייער פערזענליכע מעשה פון תפלה וואס זיי האבן געהאט.
נאך מנחה איז געווען של"ס, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט ביי די תורה וואס די רבי האט געזאגט "ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדוני", איך אָן דיר אייבערשטער בין איך א טויטער, אָן דיין כח קען איך גארנישט, במילא זיי מיר מוחל אויף די עבירות וואס איך טוה וכו'. און מרת לעסער האט פארגעלערנט פאר די פרויען. מרת לעסער האט גערעדט אז די פרויען זענען די גרעסטע מחותנים ביים סיום ווייל אין זייער זכות קענען די מענער לערענען. אויך האט די מנהלת געזאגט, אז מען האט געפרעגט אויב די מיידליך פון בית פיגא זאלן קומען 'זיי האבן דאך גארנישט קיין שייכות מיטן סיום'?, האט זי געזאגט זיי זענען געקומען ווייל זייערע צוקנופטיגע חתנים וועלן ענדיגן דעם קומענידעג מחזור ש"ס, און דער שבת איז דאך אויך א "שבת התחתלת הש"ס".
מוצש"ק איז די גאנצע עולם ארויס און פרייליכע ריקודין, דאן האט דער ראש ישיבה געמאכט הבדלה פארן גאנצן ציבור און דערנאך איז געווען אבות ובנים. דאן האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם לעצטן דף אין ש"ס.
דערנאך איז געווען צייט צו גיין שווימען, קודם פאר די פרויען, דערנאך פאר די מענער.
מוצש"ק איז פארגעקומען דער גרויסער מעמד סיום הש"ס. אום 9:30 איז געווען נטילת ידים, הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א מנהל תלמוד תורה איז געווען דער יושב ראש, וואס האט מיט גרויס געניטשאפט אנגעפירט דעם גאנצן מעמד. מען האט געזינגען זמירות, און דערנאך האט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אויפגעטרעטן, און האט ארויסגעברענגט דעם גרויס הכרת הטוב וואס מיר אלע האבן צום ראש ישיבה, וואס באווייזט אונז איבערצורעדן און איבערצייגן אז מיר קענען יא לערנען יעדן טאג, און מיר קענען יא ענדיגן ש"ס און כל התורה כולה, מיר קענען יא האבן שלום בית, מיר קענען יא אויפצוען שיינע הערליכע דורות אויפן וועג פון הייליגן רבין, מיר קענען יא זוכה זיין צו האבן אמונה און רעדן צום אייבערשטן. דערנאך האט מו"ה דוד לאקס הי"ו אויפגעטרעטן און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט אים, און אז נאר א דאנק די אמונה וואס ער האט מקבל געווען פון ראש ישיבה שליט"א האט ער און זיין ווייב געקענט דורכגיין דעם גרויסן טראומע אן דארפן באקומען "טעראפי" אדער "העלפ".
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאכט דעם סיום מיטן פארלערנען דעם לעצטן שטיקל פון ש"ס, און דערנאך האט מען געזאגאט קדיש.
דערנאך האט אויפגעטרעטן איינע פון די חשוב'ע כולל יונגעלייט הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט אז "מאמתי קורין את שמע בערבית" האט ער געטייטש "וויאזוי קען מען געדענקען דעם אייבערשטן אפילו ווען עס גייט שווער, "משעה שהכהנים נכנסים", דער צדיק ווערט אנגערופן "כהן", ווען מען גייט צום צדיק, דאן דערמאנט ער דער מענטש צוריק צו גיין צום אייבערשטן, און אנטלויפן נאר צו אים און צו זיין תורה.
דערנאך איז גווען א הערליכע סלייד פרעזענטאציע, ווי מען האט געזען פילע פון די צענדליגע סיומי הש"ס פון תלמידי הישיבה במשך די לעצטע צען יאר, וואס האט געלאזט א מורא'דיגע רושם אויף אלע באטייליגטע, וואס האבן געזען אז יעדער איד אין יעדן מצב קען זוכה זיין צו ענדיגן ש"ס.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די זיסקייט פון די תורה, און אז נאר מיט די תורה קען מען און וועט מען האבן א גוטע לעבן. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט אסאך דברי חיזוק אין פארשידענע ענינים.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכן טאנץ "שישו ושמחו בשמחת התורה", מיטן באקאנטן סאטמארן חסידישן זינגער הר"ר עמרם אקער הי"ו וואס האט געהויבן דעם ציבור אין די לופטן.
דערנאך האט מען געזען א סלייד פרעזענטאציע פון ר' יוסי גרין נ"י פון די גרעסטע היינטיגע קאמפאזיטער, וואס האט פארציילט וויאזוי ער האט אנגעהויבן צו לערנען אדאנק די הפצה פון א אינגערמאן מיט איבער דרייסיג יאר צוריק, וואס האט איבערגעלאזט א קליין קונטרס'ל "סדר דרך הלימוד" וואס האט אים געמוטיגט אנצוהייבן צו לערנען יעדן טאג אביסל גמרא, און א דאנק דעם האט ער שוין ב"ה זייט דעמאלטס זוכה געווען צו ענדיגן עטליכע מאל ש"ס.
נאכן בענטשן האט מען זיך ווייטער געפרייט און געטאנצט ביז אין די פריע פארטאגס שעה.
פקודי ה' ישרים משמחי לב
בילדער פונעם הערליכן מעמד סיום הש"ס מוצש"ק