אומגעראכטענע שניי לאזט איבער שיינע ווייסע צודעק אויפן אפסטיעט ראיאן
כג חשון תשפ"ה 📝
אידישע קינדער דאנקען דעם אויבערשטן אויף די רעגן און שניי וואס איז געקומען פאריגע וואך סוף וואך, בפרט נאכדעם וואס עס איז דורך א לאנגע תקופה אן קיין רעגנס, און מען האט געשפירט וואס דאס מיינט אז עס קומט נישט קיין רעגן א לאנגע צייט, וואס האט נאכגעפאלגט מיט די שטארקע טרוקעניש און די פייערס און רויעך.
א מענטש קען צומאל פארגעסן וואס פארא טובה עס איז אז דער באשעפער שיקט אונז כסדר רעגן, און ווען עס גייט דורך א תקופה וואס עס רעגנט כסדר קען מען חלילה בועט זיין בטובה. דער אויבערשטער האט אונז אבער דאס מאל געשיקט א דערמאנונג אז רעגן איז א גרויסע טובה פאר אונז.
די יעצטיגע תקופה איז נאך אביסל פרי פאר שניי, געווענליך שנייעט נאך נישט אין אונזער געגענט אזא צייט פון יאר, און ווען יא, כאפט עס ממש נישט. ווען די וועטער האט פארגעזאגט א שטיקל רעגן-שניי אויף סוף וואך, האבן זיי טאקע געזאגט אז כאטש עס וועט אפשר זיין אויסגעמישט פון שניי פון צייט צו צייט וועט עס אבער בכלל נישט כאפן.
ווען מען האט געקוקט אויף די ביימער האט מען אויך געזען אז נישט אלע זענען שוין גרייט, דער אויבערשטער האט ברוב רחמיו וחסדיו איינגעשטעלט זיין וועלט אויף א הערליכע סדר, ווען עס קומט די ריכטיגע צייט, עס קומט שוין ווינטער, באפרייען די בוימער זייערע בלעטלעך, זיי לאזן עס גיין פריי, און אזוי ארום ווען עס קומט אן די שנייען, וועגן נישט די שניי צו שטארק אויף די ביימער, ווייל זיי האבן נאר די דינע צווייגן וואו זיך אראפ צו שטעלן.
אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש ווי די וועטער מומחים האבן געהאט געזאגט, דער אויבערשטער האט געשיקט א שטערקערע קעלט ווי די פאראויסשאצער האבן געמיינט, און דאנערשטאג נאכט האט זיך אראפ געלאזט א שטארקע שניי וואס האט האט איבערגעלאזט עטליכע אינטשעס שווערע נאסע שניי אויף פילע ראיאנען אין אפסטיעט.
מען האט אבער געזען אן אינטערעסאנטע זאך, כאטש רוב ביימער האבן שוין געהאט באפרייט זייערע בלעטער און האבן גרינג דורכגעמאכט דעם שטורעם, זענען אבער געווען ביימער וואס האבן זיך מחמת איזה סיבה שהוא נישט געקענט שיידן פון זייערע באליבטע בלעטער, זיי האבן זיך געשפריט - זעט אויס - זייער צוגעטשעפעט צו זייערע בלטערע און האבן נישט געקענט פועלן ביי זיך זיי צו לאזן גיין, זיי האבן אפשר געטראכט - מען מוז זיי "שוין" יעצט לאזן גיין? אפשר קען מען עס לאזן אויף מארגן, כ'מיין וואס וועט שוין זיין אויב מען ווארט נאך א טאג צוויי?
זיי האבן אבער געמאכט א טעות, ווען מען פארט דורך די גאסן זעט מען נעבעך די אלע ביימער וואס זענען געווען אזוי שיין באדעקט מיט די הערליכע בא'טעמ'טע רויטע בעקעלעך בלטעלעך שטייען יעצט ארעם און צובראכן, זיי ווייסן נישט וואס פארא שלאק האט זיי באטראפן, פלוצלינג איז אנגעקומען א ווינט מיט א שטורעם און נאך פאר וואס ווען האבן זיי זיך געטראפן אינגאנצן צובראכן און צוקלאפט, זייערע שיינע צווייגן זענען נעבעך אינגאצן אוועקגעפאלן.
די אלע ביימער וואס האבן זיך אבער געמאכט דעם חשבון אז מען דארף לאזן די שיינע בלטער גיין ווען עס איז דער ריכטיגער צייט, זענען אבער געבליבן גאנץ און פרעכטיג.