אומפארגעסליכע נסיעה פון די תלמידי הישיבה קיין עיר הבירה וואשינגטאן
ו אייר תשפ"ו 📝
די חשוב'ע תלמידי הישיבה פון וויליאמסבורג און קרית ברסלב האבן זיך ארויסגעלאזט פארגאנגענעם מאנטאג אויף א ספעציעלע נסיעה צום עיר הבירה, וואשינגטאן די.סי. די נסיעה איז געקומען אלס א ספעציעלע באלוינונג פאר די בחורים וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט אין די פארגאנגענע פורים טעג און צוזאמגענומען צדקה פאר די ישיבה.
די נסיעה איז פארגעקומען מיט די פערזענליכע באטייליגונג פונעם מגיד שיעור הר"ר ישראל שמעון שטיינבערג שליט"א, וועלכער האט זיכער געמאכט אז מען זאל אויסנוצן די געלעגנהייט ארויסצונעמען מוסר השכל פון דעם וואס מען זעט, כדי צו קענען דינען דעם אויבערשטן.
דער ערשטער סטאפ איז געווען ביים היסטארישן קעפיטאל געביידע. א דאנק די באמיאונגען פון העסקן ר' מנחם שטיינבערג הי"ו, האבן די בחורים געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין אינעם זאל פון קאנגרעס און סענאט, און געזען דעם ארט וואו עס ווערן דורכגעפירט די געזעצן פון די אמעריקאנער רעגירונג. שפעטער האבן די בחורים זיך אפגעשטעלט פאר א קורצע וויילע פארענט פונעם ווייסן הויז, וואו מען האט געכאפט א בילד.
א גרויסע רושם האט איבערגעלאזט דער באזוך אינעם האלאקאוסט מוזעאום. דורכאויס די פיר שטאקן פון דעם בנין האבן די בחורים מיטגעלעבט די שווערע קאפיטלען וואס אונזערע עלטערן האבן מיטגעמאכט אינעם גרויסן חורבן. דער באזוך האט אריינגעברענגט אין די תלמידים געפילן פון אמונה און גבורה, זעענדיג וויאזוי כלל ישראל האט איבערגעלעבט די טונקלסטע צייטן און האט נישט אויפגעגעבן, נאר זיך געשטארקט מיט אמונה און זיך צוריק געשטעלט אויף די פיס.
ווי טייל בחורים זאגן, איז דער הויכפונקט פון דער נסיעה געווען דוקא די שווערקייטן אויפ'ן וועג צוריק. אינמיטן וועג האט א רעדל פונעם באס געפלאצט, צוליב וואס מען האט געדארפט ווארטן בערך פיר שעה אויפ'ן הייוועי פאר א פרישן באס.
טראץ דעם וואס די בחורים זענען שוין געווען וואך פאר כמעט פיר און צוואנציג שעה רצופות, האט קיינער נישט פארפירט; פארקערט, די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט מיט לערנען, מען האט געזינגען אינאיינעם הארציגע ניגונים פון אמונה, און געהערט געשמאקע דברי חיזוק פונעם מגיד שיעור.
די בחורים זענען צוריק אנגעקומען אין די פריע פארטאגס שעה'ן, מיד אבער זאט און אנגעפילט מיט פרישע כוחות און הערליכע זכרונות וואס וועלן בלייבן איינגעקריצט אין זייערע הערצער פאר א לאנגע צייט.