און צום דריטן מאל: טראמפ ווידערמאל געראטעוועט פון א שיסעריי
י אייר תשפ"ו 📝
גרשון קרעמער
עס איז פשוט און קלאר אז דער אויבערשטער פירט די גאנצע וועלט; זאל עס זיין ווי גרויס און וויכטיג עס זעט אויס אין אונזערע אויגן, אדער ווי קליין און נישטיג עס דאכט זיך אונז, אלעס איז אין די הענט פונעם אויבערשטן וואס פירט זיין וועלט פונקטליך און גענוי וויאזוי ער וויל.
דאס איז ביי יעדע זאך אין לעבן, און די זעלבע זאך איז ביי מלכים און שרים וואס דער אויבערשטער פירט זיי ווי פאפעטס אין די הענט פון א שוי-שפילער. פאר אונז זעט עס אויס ווי די סיקרעט סערוויס פאלט דורך אדער איז סוקסעספול, דער פרעזידענט איז דער גרעסטער דזשיניעס אדער גאר א ווילדער צודרייטער וואס קאפעט און שטויסט ווי א ספוילד קינד וואס האט נישט באקומען זיין לאלי; אבער "לב מלכים ושרים ביד ה'", יעדע ריר און יעדע קויל האט איר אדרעס.
דער אויבערשטער האט ווידער געפירט אז טראמפ זאל דורכגיין א פרישן אטענטאט-פארזוך. דאס מאל איז עס פארגעקומען אינעם זאל פונעם "וואשינגטאן הילטאן" האטעל, וואס איז געווען הערליך אנגעגרייט פאר די טויזנטער מידיע פערזענליכקייטן ביים יערליכן "ווייסע הויז קארעספאנדענטן" דינער. אנדערש ווי יעדעס יאר איז ער געזעסן ביים אויבנאן און פארברענגט רואיג, ווען פלוצלונג האט זיך די רואיגקייט געטוישט אין איין רגע.
הילכיגע קולות האבן אפגעקלינגען אינעם לאבי. "איך האב געמיינט אז א טאץ איז אראפגעפאלן," האט דער פרעזידענט שפעטער געזאגט. עס איז אבער בכלל נישט געווען קיין טאץ; דאס איז געווען א דריטע אטענטאט-פארזוך קעגן דעם פרעזידענט אין ווייניגער פון דריי יאר. אין איין סעקונדע זענען אלע פארזאמעלטע, אריינגערעכנט הויכע באאמטע ווי דער וויצע-פרעזידענט און דער סעקרעטערי אוו סטעיט, עוואקואירט געווארן. מענטשן האבן זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד אין שרעק, בשעת די סיקרעט סערוויס אגענטן שרייען: "מאכט פלאץ! רוקטס ענק אוועק!"
ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז דער שיסער אידענטיפיצירט געווארן אלס קאול טאמעס אלען פון קאליפארניע.
וואס עס איז נוגע פאר אונז, איז ווייטער צו חזר'ן אז דער שיסער איז נישט דער וואס באשליסט וואס עס וועט געשען; נישט טראמפ פירט די וועלט, און נישט די סיקרעט סערוויס היט טראמפ. אבער דאס איז נישט גענוג. מיר דארפן עס נעמען צו אונזער לעבן, בפרטי פרטיות. קלאפ דיר נישט אין רוקן מיט א געפיל פון "כחי ועוצם ידי" ווען דו זעסט ווי דיין פירמע איז מצליח, און דו דארפסט נישט זיין דעפרעסט אויב דו שפירסט זיך ווי א דורכפאל. דער עיקר אויף וואס מיר דארפן פאקוסן איז: וואו לויף איך ווען עס גייט מיר עפעס דורך? לאמיר געדענקען צו גיין צום אויבערשטן און זיך ווענדן נאר צו אים, דאן וועט אונז גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.