נעכטן דינטאג אינדערפרי האבן די קיעווער איינוואוינער נעבן די באריספּיל לופטפעלד געזען א באואינג 777-300 פליגער זיך הייבן פונעם עירפארט, נאך גאנצע צוויי יאר וואס די לופטרוים אין אוקריינא איז גענצליך פארשלאסן צו קאמערציאלע לופט טראפיק צוליב די אנגייענדע מלחמה מיט רוסלאנד.
 
אויף די אנפראגע פון רעפארטער האט מר. אנדריי יערמאק דער ווארטזאגער פונעם אוקראינשן פרעזינט ווילאדימיר זעלענסקי געזאגט אז זיי פלאנען בקרוב צוריק צו עפענען דעם לופטפעלד, און יעצט ארבעט מען אויס די לאגיסטישע און זיכערהייט מאסנאמען דערפאר. די פרעסע אפיס פון באריספיל לופטפעלד האט געזאגט אז די ליידיגע טעסט פליגער וואס מען האט יעצט געלזאט ארויספארן ווייזט אז די מצב איז זיכער און מען קען זיך ערלויבן צו עפענען דעם עירפארט נאכאמאל.
 
פאר אנשי שלומינו איז דאס נאר א דערמאנונג ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז טראץ די אלע שוועריקייטן וואס דאס קומען צום רבי'ן טראגט מיט זיך, ווען דער סמ"ך מ"ם לייגט זיך אין די לענג און אין די ברייט צו שטערן ערליכע אידן צו פאלגן דעם רבין וואס האט געמאנט און געפאדערט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, דורך אלע מיטלען וואס ער קען. ער שיקט אונטער אידן מיט א מאנטל פון יראת שמים זאלן זאגן דרשות קעגן רבינ'ס ראש השנה, ער העצט אן משפחה זאלן שטערן מיט אלע מיני גוטע תירוצים, און בפרט אין די לעצטע צוויי יאר האט ער טרומפיאירט מיטן "מצב מלחמה" סלאגאן, און געשיקט שליחים פון אלע זייט וואס האבן פארגעהאלטן "אומאן איז נישט נישט ביהרג ואל יעבור", און "מען דארף זיין משוגע צו פארן צו א מלחמה זאנע", און מיט דעם אלעם האבן מיר זוכה געווען דאס און נאך אסאך איבער צו קומען נאך אסאך תפילה און סייעתא דשמיא. און פאר דעם אליינס דארפן מיר דאנקען און לויבן יעדן איינציגן טאג, און ארויסגיין אין א טענצל "שכח אייבישער אז איך האב זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה".
 
דערנאך דארף מען מתפלל זיין אויף ווייטער אז מען זאל קענען זיין ביים הייליגן רבין אויף קומענדיגן ראש השנה. מען דארף בעטן אז די נארישע זינלאזע מלחמה זאל זיך שוין ענדיגן און מען זאל קענען גרינגער שנעלער און ביליגער פארן קיין אומאן, און אז דעם רבינס אור זאל זיך פארשפרייטן אויף די גאנצע וועלט, און מיט דעם מקרב זיין די גאולה שלימה בב"א.