אוקריינע אינוואדירט רוסלאנד
יד אב תשפ"ד 📝
עס קען זיין אז איר וואונדערט זיך צווייפאכיג ווען איר זעט דעם קעפל, די מלחמה צווישן אוקריינא און רוסלאנד איז אלטע נייעס, און אויב מען שרייבט עס שוין, איז דער קעפל לכאורה א טעות, "רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא"...
אבער ווער עס האט מיטגעהאלטן די נייעס אין די לעצטע וואך ווייסט אז עס איז שוין גאר שטארקע נייעס, און טאקע יא דאס, אוקריינע האט זיך ארויסגעלאזט אין א דערווייל סוקסעספולע אפענסיווע ווי זיי האבן זיך אריבערגעריסן מיט א שטארק ארמיי דעם רוסן גרעניץ אריין אין "קורסק" ראיאן אין רוסלאנד וואס גרעניצט זיך מיטן "סומי" ראיאן אין אוקריינע.
ווי עס שיינט זענען די רוסן געכאפט געווארן אין א גענצליכן שאק, ווען אוקריינע מאכט גאר גרויסע פארשריט און נעמען איין ריזיגע שטחים, און באווייזן צו פאנגען הונדערטער רוסישע זעלנער און פארניכטן פילע צענדליגע רוסישע טאנקען און עראפלאנען.
עס איז זייער אומקלאר פאר אנאליסטן וואס דער ציל פונעם נייעם אפענסיווע, מען שפעקולירט עטליכע זאכן, צום ערשט ווילן זיי מעגליך דערמיט צווינגען רוסלאנד אוועקצונעמען כחות פון די שטחים וואס זי האט שוין פארכאפט פון אוקראינע, און אוקראינע האפט דערמיט צו קענען ארויסשטופן רוסלאנד פון זייער לאנד, אדער ווילן זיי פשוט א מאראלישע שטופ, נאכדעם וואס רוסלאנד האט אין די לעצטע חדשים געמאכט פאמעליכע אבער כסדר'דיגע פארשריט איינעמענדיג שטעטל נאך שטעטל אינעם דאנעצק פראווינץ פון אקוראינע. טייל האלטן אז אוקראינע האט געלייגט אן אויג אויף א רוסישע נוקלעארע רעאקטאר וואס איז נישט ווייט פון דארט וואס אוקראינע וויל צונעמען פון רוסלאנד אלץ א קאנטער געוויכט צו צווינגען רוסלאנד זאל מוזן צוריק געבן פאר אוקראינע דעם זאפאריזשע רעאקטאר.
וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין קענען מיר זען דערפון וויאזוי א מלחמה גייט צו, וואס דאס וועט אונז העלפן פייטן אונזער פערזענליכע מלחמה וואס מיר דארף פירן קעגן דעם סמ"ך מ"ם. עס געשעט כסדר אז א מענטש שפירט ווי זיין מאראל פאלט, ער זעט ווי דער סמ"ך מ"ם כאפט אוועק פון אים יעדן טאג גאנצע שטיקער טעריטאריע, און ער הייבט אן צו שפירן אז זיין געווער נוצט זיך אויס, עס דאכט זיך אים אז אויב גייט עס ווייטער אזוי איז ער באלד אינגאנצן באזיגט און דער יצר הרע נעמט אים גענצליך איין.
עס איז באקאנט די מעשה פון אן אלטע אלמנה וואס איז געקומען פארקויפן עפל אויפן מארק און עטליכע צולאזטע גויים זענען איר איבערגעפאלן און אנגעהויבן צו כאפן עפל, די אלמנה האט זיך גענומען פאניקן און וויינען, דער היילגער בארדיטשובער איז פונקט דאן דורכגעגאנגען, האט ער געזאגט פאר די פרוי, "יעצט איז נישט קיין צייט צו וויינען, אז יעדער כאפט כאפ דו אויך". דאס זעען מיר איז אן אפעקטיווע מיטל ביי א מלחמה, אוקריינע האט געזאגט, נישטא קיין צייט יעצט פאר קיין מרה שחורה, אז רוסלאנד כאפט, כאפ איך אויך. און דאס וועלן מיר אויך טון יעדן טאג, ווען מיר זעען אז דער סמ"ך מ"ם האט אוועקגעכאפט פון אונז א דאווענען, א כעס, א ראי' אסורה, קען מען יעצט נישט אויפגעבן, איך וועל יעצט געבן איין קוק ווייניגער, איך לויף דאווענען מנחה, איך גיי יעצט זיין פרייליך אפילו נאר פאר איין מינוט.
לאכן לאכט דער וואס לאכט צום לעצט!