לב מי לא יחרד, וועמענ'ס הארץ ציטערט נישט ווען עס קומט דער גרויסער יום הדין. מען זעט ווען א מענטש האט באקומען א טיקעט פון א פאליציאנט פאר טרעפיק פארלעצונגען און ער פארכט זיך אז ער וועט באקומען עטליכע פוינסט, און אפשר גאר וועט מען אים חלילה צונעמען זיין לייסענס, וועט ער איבערדרייען א וועלט, ער וועט זיך נאכפרעגן און נאכזון דעם בעסטן לאיער, און צאלן א גרויסע סכום געלט אבי אז ער זאל האבן א גוטע לאיער וואס אפשר וועט ער מצליח זיין און מעורר זיין רחמים ביים דזשאדזש און ער וועט אפקומען מיט בלויז א פארקינג טיקעט. וואס זאל מען זאגן ביי אונזער פאל ווען דער שופט כל הארץ וואס וועט וועט אונז משפט'ן אויף אונזערע מעשים פון א גאנץ יאר, וואס מיר ווייסן זייער גוט וויאזוי זיי האבן ליידער אויסגעזען, און אונזער ריכטער דער הייליגער באשעפער אליין וועט דן זיין דעם מענטש אויפן קומענדיגן גאנצן יאר, נישט נאר צו ער וועט באקומען א געלט שטראף, צי מ'וועט אים צונעמען די לייסענס, נאר אויך אויף אלעס וואס נעמט ארום דעם מענטש, זיין געזונט, זיין פרנסה, מי יחיה ומי ימות, מי בקוצו ומי לא בקוצו, מי במים ומי באש וכו' וכו'. דארפן מיר דאך אלע נעמען דעם בעסטן לאיער, און אים בעטן ער זאל אונז פארטרעטן ביים משפט, און ממליץ טוב זיין פאר אונז. און וואס בעט ער דען פון אונז, בלויז אז מיר זאלן קויפן א טיקעט און פארן צו אים אויף די פאר טעג ווען דער משפט קומט פאר. ווער קען זיך ערלויבן צו פארפאטשקען אזא געלעגענהייט?
דערפאר זעט מען טאקע, ווי די ווארימקייט און התעוררות ביים ציבור שטייגט פון יאר צו יאר, און צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט, קוקן נישט אויף קיין שום שטערונגען און שווערקייטן וואס קומען אונטער, און כאפן דעם רענצל און פליען אפ צום ציון קודש הקדשים אין אומאן צו וויילן אויף ראש השנה צוזאמען מיטן הייליגן קיבוץ.
ווי וואונדערליך עס צו זען ווי מען קומט אן קיין אומאן יעדעס יאר עקסטער, איז דער שטאט ממש נישט צו דערקענען, ווי עס וואקסן ארויס אויף יעדע ווינקל און יעדע גאס נייע ריזיגע בתי מדרשים פון פארשידענע קהילות הקודש, און פילע האטעלן, געשעפטן, הכנסות אורחים'ס יעדע מיט זיין אייגענארטיגן חן צוגעפאסט פאר יעדע קרייז און יעדע שבט פון כלל ישראל.
ווי די טראוועל אגענטן געבן איבער, ווערן די זיצן אויף די פליגעס צוכאפט ווי קיינמאל בעפאר, און לויט די טיקעסט וואס ווערן פארקויפט ווערט געשאצט אז היי יאר וועלן זיין אין אומאן אויף ראש השנה דער אומגעהויערע ציפער פון איבער הונדערט טויזנט אידן, וואס האבן זיך מוסר נפש געווען און איבערגעקומען זייערע מניעות, דער פון זיין קרייז, דער פון משפחה, דער פון געלט, דער פון געזונט, און געקומען פאלגן דעם רבין בתמימות ובפשיטות, און רעכטן אפ דעם היילגן יום טוב ראש השנה צוזאמען מיטן הייליגן קיבוץ אין אומאן, אז דער רבי זאל זיי פאררעכטן און גייען אהיים מיט פילע זעק ישועות און רפואות ברוחניות ובגשמיות.
ראש השנה שלי עולה על הכל - איש בל יעדר!
 
אויפן בילד: מוהרא"ש ז"ל בענטשט דעם ראש ישיבה שליט"א מיט זיינע קינדער אין אומאן ראש השנה תשע"א