איבערבליק פון די וואך - א שמועס מיט די צוויי ברסלב'ע ברודער
יח תמוז תשפ"ב 📝
א נייע גאר אינטערעסאנטע אפטיילונג איז נארוואס געעפענט געווארן אויפן בארימטן קול ברסלב טעלעפאן ליין מיטן נאמען "איבערבליק פון די וואך - א שמועס מיט די צוויי ברסלב'ע ברודער".
דאס וועט בעז"ה אנגיין יעדע וואך, א גאר אינטערעסאנטע אינהאלטספולע שמועס מיט די צוויי חשובע ברודער מ"ה יואל הי"ו און מו"ה אברהם הערש הי"ו וועבערמאן, דער שמועס וועט מען מען אי"ה קענען טרעפן אויף טעלעפאן ליין דורך דרוקן 7 דערנאך 8 פון די מעין מעניו, דער שמועס וועט זיך קאנצעטרירן איבערצוגיין די נייעס פון היכל הקודש, און נייעס פון די וועלט, מיט אינטערוויוס פון פארשידענע מענטשן.
כדי צו געבן אביסל צו טועם זיין דער נייער שמועס, וועלן מיר אין קורצן איבערגיין דעם שמועס פון די וואך וואס האט גענומען בערך פערציג מינוט.
מען האט צום ערשט איבערגעשמוסט די געשמאקע שיעור פונעם ראש ישיבה יעדע נאכט 8:30 אינעם ספר סיפורי מעשיות וואס ציעט אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט. אויך האט מען גערעדט פון די געשמאקע דף שיעור פונעם ראש ישיבה יעדן אינדערפרי פארן דאווענען טיעף אין וואלד, וואס דערנאך איז דא א חיזוק שמועס. ר' יואל וועלכע באטייליגט זיך אין דעם שיעור אינדערפרי האט נאכגעזאגט פון ראש ישיבה א ווארט; איינער האט געפרעגט וויאזוי מען האנדעלט מיט א קליין קינד וואס דארף א גאנצן טאג "האגס". ר' אברהם הערש וועלכע קומט כסדר צום שיעור ביינאכט האט איבערגעזאגט א ווארט פון ראש ישיבה אין די מעשה פון "דער חכם מיטן תם", דער רבי פארציילט אז מען האט געוואלט מאכן לצנות, האט דער תם געפרעגט "דו מיינסט אן ליצנות"? ווען מען האט געזאגט יא, האט ער עס אנגענומען. דאס איז דער תם האט דער ראש ישיבה געזאגט. ער טראכט נישט איבער. דער ראש ישיבה האט פארציילט איינער האט אים געפרעגט האסט נישט מורא דיין זון זאל זיך דרייען מיט בחורים וואס האבן קורצע ערמל, האט דער ראש ישיבה געזאגט, מיין זון וועט זיך נישט אנטון קורצע ערמל ווייל א בחור גייט אזוי, איך האב סאך מער מורא ער זאל זיך דרייען מיט בחורים וואס גייען אנגעטון מיט לאנגע ערמל אבער זענען פול מיט ליצנות.
מען האט פארציילט איבער די סיום הש"ס פון הב' בנימין זאב זוסמאן א בחור'ל פון קוים דרייצן יאר, וואס איז פארגעקומען אינעם נייעם ברסלב'ער אינגל קעמפ "אילן החיים" מיט די באטיילינגונג פון ראש ישיבה, מען האט ארויפגעברעגט דעם טאטן מו"ה אשר לעמל הי"ו צום שמועס, וואס האט איבערגעגעבן א באריכט פונעם סיום, ער האט פארציילט די גאנצע השתלשלות פונעם סיום הש"ס, וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן ביים סיום הש"ס צוויי יאר צוריק. און ווי ער איז נתפעל געווארן פון די דרך ארץ פון די קינדער, אויך וויאזוי מען זעט די ליבשאפט פון די מלמדים צו די קינדער. ער האט פארציילט אז דער ראש ישיבה האט גערעדט ביים סיום צו די קינדער איבער אהבת חברים, די קינדער זאלן זיך פארגינען, מען זאל זיך דורכקומען איינער מיטן צווייטן. און אויב איינער ווערט פארשעמט זאל מען אפשווייגן.
ר' יואל האט נאכגעזאגט נקודות פועם שיעור אינדערפרי, מען האט גערעדט פונעם זוהר מיטן פירוש פון ראש ישיבה, איינער האט געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה שרייבט איבער ביי "תא חזי", יעדעס מאל די זעלבע זאך, אז "דער זוהר הקודש עפענט די אויגן און מען הייבט אן זען דעם אייבערשטן" האט דער ראש ישיבה געענטפערט אז די גאנצע זוהר איז באמת נאר איבער ווי די אייבערשטער איז גרויס, און די שיינקייט פון אידישקייט, און די זיסקייט פון די מצוות, און אינמיטן איז דא קשיות און תירוצים, אבער מען זאל נישט פארגעסן פונעם עיקר.
מען האט פארציילט איבער די נייע פראמאשען אז מען קען באקומען די זוהר מיטן פירוש פון ראש ישיבה אויף די פאסט בחנם פאר דריי חדשים פאר ווער עס שרייבט זיך איין צו באקומען דעם קרית ברסלב בלעטל ביז חמשה עשר באב.
מען האט דערמאנט אז דער ראש ישיבה גייט שרייבן א פירוש אויפן הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, און אז דער ראש ישיבה זאגט אז ער האט נאך אפילו נישט אנגעהויבן מיט וואס ער וויל נאך טון.
מען האט גערעדט איבער דעם וואס מען האט צוטיילט די ישיבה פון בית המדרש, אינגעלייט זענען אויבן, און די בחורים אונטן. און זונטאג האבן פילע אינגעלייט וואס ארבעטן נישט געוואלט קומען מיטהאלטן אין ישיבה, און דער ראש ישיבה האט זיי ארויס געשיקט זאגענדיג אז דאס איז נאר פאר די בחורים. מען האט גערעדט איבער דעם צי ווען דער ראש ישיבה פארשיקט איינעם מיינט עס אז מען דארף טאקע אוועקגיין, און מען האט געבעטן אז די צוהערער זאלן אריינשיקן זייער מיינונג דורכן אימעיל.
מען האט גערעדט איבער די שמחות אין שטעטל, עס איז געווען א וואך נאכט און א ברית ביי מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, חתן הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א.
דערנאך האט מען געשמועסט אז דער גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו האט חתונה געמאכט א טאכטער. מען האט פארציילט איבער די שמחה פון די חתונה, און די "מעשה פון תפלה" אז ער האט געקענט חתונה מאכן אן קיין חובות. מען האט פארציילט איבער די שיינע שבע ברכות פארן בעל שמחה, ווי דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיעור. און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב וואס היכל הקודש האט פאר גבאי, וואס געבט זיך אוועק מיט די אויסשטעלן די גליונות, איבערטייטשן, די חדר, און די בית המדרש. פון דא איז מען אביסל אריין אין א שמועס איבער נישט מאכן קיין חובות ביי שמחות.
מען האט נאכגעזאגט פון ראש ישיבה אז חוזק מאכן פון טייערע שמחות איז "לצנותא דעבודה זרה" וואס איז א מצוה. ר' יואל האט פארציילט איבער משוגע'נע פעקלעך פון אן אפשערן וואס "נארמאלע" מענטש האבן געמאכט, און וויאזוי א ברסלבע אינגל נעמט עס אויף ווען ער זעט עס.
מען האט גערעדט איבער די נייעס אז דער אמעריקאנער פרעזידענט איז יעצט געפארן קיין ארץ ישראל, און וואס מען קען זיך ארויסלערנען פון דעם. מען האט גערעדט איבער דעם וואס פארא רעש עס טוט זיך אין הימל ווען א איד טוט א מצוה, לייגט תפילין.
מען האט ארויפגעברעגנט אויפן טעלעפאן מו"ה יוחנן שור הי"ו פון ירושלים, מען האט אים געפרעגט איבער די שמחה פון מו"ה שמעון עזור פערל הי"ו, ער האט פארציילט ווי ער האט נאך קיינמאל נישט געזען אזא פרייליכע בעל שמחה, ער האט פארציילט איבער די שיינע שבע ברכות צו וואס דער עולם האט זיך זייער ווארים צוגעשטעלט, אנשי שלומינו האבן זיך זייער ליב. ער האט געזאגט אז דער ראש ישיבה האט זייער משבח געווען ביים שיעור מו"ה שמעון עוזר און זיין ווייב פאר אלעם וואס זיי טוען פאר הפצה אין ארץ ישראל, וואס אנשטאט אויסוועפן, ווערט עס נאר שטארקער. און אפילו די וואך פון די שמחה איז אלעס ווייטער אנגעגאנגען. אלעס אן א ישר כח, אן באצאלט, אויב עפעס באקומט ער נאר קריטיק.
מען האט אים געפרעגט איבער פרעזידענט ביידענ'ס באזוך. ער האט געפרעגט "וועמען אינטערעסירט ביידען בכלל?", מען האט אים געפרעגט צי עס מאכט נישט קיין טרעפיק? האט ער געזאגט אז פונקט פארקערט, מענטש פארן נישט, ווייל די נייעס שרעקט אָן איבער די געפערליכע טרעפיק וואס גייט זיין... מען האט גערעדט איבער די הילולא פונעם הייליגן אור החיים הקודש.
ר' יוחנן האט פארציילט אז דער ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים איז פריש, עס איז דא א נייע שיעור אין א דף גמרא יעדע נאכט דורך מו"ה משה שמואל שטעסל, און אויך אז דער בית המדרש איז שוין אפן אויך אינדערוואכן, מען דאווענט מנחה מעריב, און מען לערנט זיך יעדער זיינע שיעורים.
צום סוף האט מען געבעטן דעם עולם זאל אריינשיקן זייערע הערות און קאמענטארן צום אימעיל אויף bbbreslev@gmail.com.