איבערגעפרישטע "קול ברסלב" מיט נייע אפציעס און נומערן
ו כסלו תשפ"ג 📝
ווי די צענדליגע טויזענטער צוהערער איבער די וועלט האבן שוין זיכער געהערט און באמערקט, ווערט יעצט איבערגעפרישט די "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, און גלייכצייטיג אויך די ליין פאר פרויען "קוואל פון חיזוק".
אזוי ווי דער אייבערשטער האט געפירט אז מיר האבן געמוזט אריבערפירן די טעלעפאן ליניע צו א נייע פירמע, האט מען שוין אינאיינוועגס אויך אביסל ארומגעטוישט די ליין, עס שענער און בעסער אויסגעשטעלט, צו די הנאה פון די פילע צוהערער.
פארשטייט זיך אז עס גייט נישט אין איין מינוט, עס גייט אריין אין דעם א געוואלד מיט צייט, כח, און ארבעט, און דעריבער נעמט צייט ביז זאכן זענען זיך מסדר אין פלאץ ווי עס דארף צו זיין. דער עיקר שוועריקייט ביי די חשובע צוהערער איז געווען דאס וואס די נומערן פירן נאך צום אלטן סיסטעם און נישט יעדער האט געקענט מיטהאלטן אלע נייע שיעורים און שמועסן וואס זענען ארויף אויפ'ן ליין ביים נייעם סיסטעם. דאס אריבערפירן די נומערן האט זיך פארצויגן לענגער ווי געראכטן, און די פארוואלטונג פון קול ברסלב טוט זיך אנטשולדיגן אויף די עגמת נפש וואס דאס האט אנגעברענגט פאר אזויפיל אידישע קינדער וואס ווארטן מיט דארשט צו הערן נאך און נאך עצות און שכל אין לעבן,
די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס זענען מחי' נפשות און בלאזן אריין לופט צום אטעמען און אקסיגן צום לעבן.
שרייבנדיג די שורות זענען בלויז די קאנאדישע נומערן שוין אריבערגעפירט געווארן צום נייעם סיסטעם, און מיר בעטן און האפן צום אייבערשטן אז ווען איר וועט ליינען דעם באריכט וועלן שוין אלע לאקאלע נומערן פון אלע געגנטער זיין אריבערגעפירט. דערווייל האבן מיר צוגעשטעלט צייטווייליגע לאקאלע נומערן פאר אמעריקע און ארץ ישראל, וואס וועט ווארשיינליך אויפהערן ארבעטן נאכדעם וואס די ארגינעלע אלטע נומערן וועלן שוין פירן צום נייעם סיסטעם.
פאר "קול ברסלב" רופט אין אמעריקע 845-299-2224 און אין ארץ ישראל 0723701948 פאר "קוואל פון חיזוק" רופט אין אמעריקע 718-705-5382 און אין ארץ ישראל 0723701916
וויבאלד דער נייער סיסטעם פון "קול ברסלב" איז אנדערש אויסגעשטעלט און קומט מיט אנדערע אויסוואלן און באקוועמליכקייטן ווי ביז יעצט וועלן מיר איבערגיין אין קורצן טייל פון די נייע אויסשטעל.
צום ערשט דארף מען דרוקן פאר אידש 1 ווי ביז יעצט, און דערנאך קען מען דרוקן 0 צו הערן אלע נייע אפדעיטס און נייע זאכן וואס זענען ארויף אויפ'ן ליין.
ביים אפדעיט קעסטל (0) קען מען אלץ גיין צום קומענדיגן אפדעיט דורכך דרוקן דעם פאונד קנעפל (#) און צוריק דורכך דרוקן דעם זירא (0) קנעפל.
1 - שיעורים פארן טאג
* דא קען מען הערן יעדן טאג די פרישע חיזוק יומי עטליכע קורצע מינוט מיט שכל און חיזוק פאר'ן טאג.
* אויך איז דא דא אן אפטיילונג אנצוקומען שנעל צו די נייעסטע שיעורים.
* א פרישע חידוש איז דארט געווארן צוגעלייגט, מיטן נאמען "היינטיגע שיעורי תורה", וואו מען קען הערן יעדן טאג די היינטיגע שיעורים, צו לערנען אדער צו מיטצוזאגן, דער בלאט בבלי און ירושלמי און דער פרק תוספתא, צוויי פרקים נ"ך פארגעלערנט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א וואס איז ממש מחי' נפשות.
* אזוי אויך געפונט זיך אין דעם קעסטל דער אפטיילונג פון "עניני דיומא", א זאמלונג פון אלעס וואס געפונט זיך אויפ'ן ליין, אויסגעשטעלט לויט'ן סדר פון מועדי וזמני השנה.
2 - שיעורי התחקות
* דא געפונט זיך דער אפטיילונג פון שיעורי התחזקות, אריינגערעכענט אלע שיעורי התחזקות, טעגליכע שיעורים, וועכנטליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס ווי באקאנט האבן זיי דעם כח צו נעמען סיי וועלכן איד, אין סיי וועלכע מצב ער געפונט זיך נאר, און אים ברענגען נענטער צום אייבערשטן לויט זיין דרגא.
* אויך קען מען דארט הערן שיינע חיזוק שטיקלעך ארויסגעשניטן פון די גמרא שיעורים, מיט נאך פילע שיעורי התחזקות אין אנדערע געלעגענהייטן.
3 - שיעורי תורה
* דא קען מען טרעפן א גאר רייכער אויסוואל פון שיעורים אין פילע חלקים פון די הייליגע תורה, פארגעלערנט בטוב טעם ודעת מיט געשמאק, נישט צו לאנג און נישט צו טיף, אויף גאר א בא'טעמ'טע פארנעם, אז יעדער זאל קענען שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה. פילע אידן האבן זיך אויסגעדרוקט אז זיי האבן אלץ געמיינט אז זיי וועלן שוין קיינמאל נישט פארשטיין א שטיקל גמרא, ביז ווען זיי זענען אנגעקומען צו די זיסע געשמאקע שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא אזוי שיין און לייכט.
* אויך געפונט זיך דא דער אפטיילונג "שיעורים מיטצוזאגן" גאר א גרויסער אויסוואל פון שיעורי תורה צו קענען מיטזאגן זייענדיג אונטערוועגנס, גמרא בבלי, ירושלמי, תוספתא, משניות, חומש, שלחן ערוך, און נאך, פון וואס פילע אידן זענען גאר שטארק נהנה, אויך קען מען מיטזאגן גאנץ תהלים, תיקון הכללי, תפלת הדרך און נאך.
4 - שמועסן און פארברענגען
* דא קען מען הערן די הונדערטער גאר שיינע רייכע אינטערוויוס און שמועסן דורך מו"ה יואל טייטלבוים שליט"א.
* אזוי אויך געפונט זיך דא דער נייער מוצאי שב"ק פראגראם מיט'ן נאמען "חמין במוצאי שבת", שמועסן צווישן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו און מו"ה יענקי פיש הי"ו.
* שיינע מעשיות פון די צדיקים וואס זייער יארצייט געפאלט די וואך דורך מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו
* שמועסן איבער באזוכן אין טורמע, און יעדע וואך נייע חידושים און אינטערוויוס.
* די אפטיילונג "לעובדא ולמעשה" דורך מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו וואס גייט איבער וואס עס איז געווען די וואך אין די בתי מדרשים און מוסדות היכל הקודש איבער די גארער וועלט, יעדע וואך מיט פרישע געסט וואס איז גאר אינטערעסאנט.
* דער ליל שישי פראגראם "א בליק מיט די ברסלב'ע ברידער", צוויי די צוויי ברידער מו"ה יואל און מו"ה אברהם הערש וועבערמאן שיחיו, וואס שמועסן איבער די נייעס פון די וואך, וועלטליכע נייעס, אידישע נייעס, היכל הקודש נייעס, און שטעטל נייעס, מיט פילע אינהאלטסרייכע אינטערוויוס יעדע וואך, פון וואס די צוהערערער זענען זיך מחי'.
* אויך קען מען הערן "פערזענליכע מעשיות", ווי מענטשן דערציילן זייערע אייגענע איבערלעבענישן ווי אזוי זיי זענען געהאלפן געווארן דורך תפלה, דורך בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, ווי אויך פערזענליכע מעשיות פון הפצה, און נאך פילע גאר אינטערעסאנטע שמועסן און פארברענגען.
5 - קינדער ווינקל
* דא וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען גאר שיינע סורפרייזעס פאר די חשובע קינדער, וואס אנטשפרעכט צו האלטן די קינדער געשפאנט מיט גאר שיינע מעשיות און פראגראמען. - ווארטס מיט שפאנונג!
6 היכל נגינה
* דא קען מען טרעפן א רייכע זאמלונג פון ניגונים, שטייטע און שנעלע, קורצע און לאנגע, וואס וועקן דאס הארץ צום אייבערשטן און לעבן אויף דעם מענטש מיט אמונה און די עצות פון הייליגן רבי'ן.
עס איז כדאי אויסצוהערן אויף נומער 9 און דערנאך 2, די אלע באקוועמליכקייטן און אפציעס מיט וואס מען קען זיך באנוצן בשעת'ן הערן דעם ליין, בפרט ווי זאכן האבן זיך געטוישט פונעם אלטן סיסטעם.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האפן מיר אז גאנץ בקרוב וועט דער נייער סיסטעם זיין פולשטענדיג אויפגעשטעלט, אלע קנעפלעך וועלן ארבעטן ווי עס דארף צו זיין, און אלע לאקאלע נומערן וועלן שוין זיין אריבערגעפירט. מיר בעטן די הילף פון אנשי שלומינו און די חשובע צוהערער אז יעדער זאל צולייגן עטליכע תפלות, בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן מצליח זיין, וואס דאס וועט זיין בלויז אייער הצלחה צו קענען הנאה האבן פון דעם געשמאקן אויפגעפרישטן טעלעפאן ליניע.
שמעו ותחי נפשכם!