אידן איבער די וועלט דאנקען דעם אויבערשטן אז א ברסלב'ע חסיד א טאטע פון צוויי קינדער איז באפרייט געווארן פון תפיסה אין אוקריינא און איז אהיים געפארן קיין ארץ ישראל גענצליך ריין פון שולד.
 
די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן פארגאנגענעם חודש אלול ווען ער איז געפארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, און האט געוואלט אויסנוצן די געלעגענהייט צו פארן צו קברי צדיקים צום הייליגן רבי נתן און צום בעל שם טוב זי"ע אין מעזיבוז, און פארענדיג אין א קאר האט פאסירט אן עקסידענט ל"ע ווי אן אוקרייניש מיידל איז רח"ל אומגעקומען. אויפן פלאץ האבן די אויטאריטעטן איינגעשפארט אלע וואס זענען געווען אין די קאר, אבער ב"ה נאך עטליכע טעג האבן זיי אלעמען באפרייט אויסער דעם דרייווער וועלכע זיי האבן געהאלטן אין הויז ארעסט, ווי דער חשובער חב"ד שליח אין וויניצע האט אריינגענומען דעם אינגערמאן צו זיך אהיים פאר די אלע חדשים ביז יעצט ווען זיין געריכט פראצעדור האט זיך געענדיגט, און יעצט געלויבט דעם אויבערשטן איז אנגעקומען די גוטע בשורה אז דער חשובער אינגערמאן איז געווארן פריי און איז שוין אינדערהיים.
 
די באפרייאונג האט פאסירט דוקא אין דעם מסוגל'דיגע טאג כ"א כסלו, דער זעלבער טאג וואס דער הייליגער סאטמארע רבי זי"ע איז באפרייט געווארן פון די נאצישע נעגל. אזוי אויך האט דער טאג כ"א כסלו א ספעציעלע באדייט ביי די היימישע אידן אנשי שלומינו וואס רעדן אידיש, וואס אין דעם טאג כ"א כסלו תש"ע האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן די אידישע בריוו פון אשר בנחל ספעציעל פאר די תלמידים פון אמעריקע.
 
עס האט אמאל פאסירט איינער האט פארלוירן געלט, און יענער איז געקומען צום הייליגן רבי'ן ער זאל אים מחזק זיין האט דער רבי געפרעגט "פארוואס געבסטו נישט אכטונג?, א איד פלאגט זיך אויף דאס געלט דארף מען אכטונג געבן דערויף". פון דעם זעט מען אז כאטש מ'דארף מחזק זיין יעדן איד, דארף מען אבער נוצן יעדע זאך זיך לערנען דערפון.
 
כאטש דער דרייווער האט באמת געדרייווט פארזיכטיג, און עס איז באמת גארנישט געווען וואס ער וואלט געקענט טון עס צו פארמיידן, קען מען אבער אויסנוצן דעם געלעגענהייט זיך אויפצופרישן און זיך דערמאנען וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן איבער דרייוון אז א קאר איז ווי א גאן, און מ'דארף זייער נזהר זיין אפצוהיטן די לאקאלע געזעצן פון דרייוון, נישט פאר שנעל, און נישט אריבערפארן ביי א רויט לייט, און בכלל זיין רואיג און נאכגעביג ווען מען פירט א קאר, און חלילה נישט דרייווען ווען מען איז מיד.
 
אויך איז כדי צו וויסן אז יעדע לאנד האט זיך זיינע געזעצן, און קוקן אן אנדערש יעדע זאך, און אפילו מען טראכט אז מען קען זיך שפארן עטליכע דאלער ווען מען דרייווט אליינס, אבער פון דא זעט מען אז די געשעפט האט זיך בכלל נישט געלוינט, ווייל צום סוף האט עס נעבעך געקאסט דעם אומשולדיגן אינגערמאן צענדליגע טויזנעט דאלער, ער איז נעבעך געווען אפוועזענט פונדערהיים פאר אזוי לאנג.