אידישע וועלט באוויינט פטירה פון הרב משה שארף ז"ל
ח אדר א' תשע"ט 📝
היינט אינדערפרי איז אנגעקומען די טרויעריגע נייעס איבער די פטירה פון הרב משה ב"ר שמואל שארף ז"ל, וואס האט אויסגעהויכט די נשמה אין עלטער פון 64 יאר.
דער נפטר ער האט נישט געהאט קיין קינדער פאר לאנגע יארן, אלע דאקטוירים און פראפעסארן האבן אים געזאגט אז עס איז נישט מעגליך בדרך הטבע אז ער זאל נאך אמאל האבן קינדער.
איין יאר פורים ווען ער איז שוין געווען אסאך יארן נאך די חתונה, האט ער זיך איינגע'עקשנ'ט און געבעטן מוהרא"ש זאל אים צוזאגן קינדער, מוהרא"ש האט יענעם יאר פורים געטרינקן זייער א סאך וויין האט זיך אויפגעשטעלט און געשריגן הויך פאר אלעמען (עס איז דא דער פילם ווי מען קען דאס זען) "איך שווער אז דו וועסט האבן א קינד", עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט, און עס איז אים געבוירן געווארן זיין זון הרב אלימלך שליט"א, וואס איז משפיע און פארשפרייט די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבין אויף דער וועלט, אויף די געשמאקע און גרינגע וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערענט.
א פאר יאר שפעטער האט מוהרא"ש געזאגט פאר ר' משה "יעצט וועל איך דיר געבן א טאכטער" און אזוי איז טאקע געווען, צום יאר איז געבוירן געווארן זיין טאכטער תחי' וואס האט חתונה געהאט צו ר' נחמן (המתקתק) סאלמאנוויטש, וואס פלעגט טייפן די בריוו פאר מוהרא"ש לאנגע יארן.
דער פארגאנגענעם יום הקדוש איז ר' משה געקומען קיין ווילאמסבורג און מיט געהאלטן די תפילות אין ישיבה.
די לויה איז פארגעקומען אין ניו דזשורסי בית החיים, הרב ר' יצחק לעזער שליט"א א מחותן פארן נפטר האט מספד געווען, אויך האט מספיד געווען זיין זון הרב אלימלך, ער האט פארציילט אויף זיין טאטע, וואס טראץ דעם וואס ער האט געהאט שטארקע יסורים, האט ער עס אלץ אנגעומען באהבה, און נישט געהאט קיין תערומות אויפן אייבערשטן.
די אלע גוטע מעשים וואס ער האט געטון ביים לעבן קומען אים יעצט צוניץ אויף יענע וועלט, ער נעמט יעצט מיט מיט זיך אלע פרקים משניות, דפים גמרא א.א.וו. וואס ער האט זיך איינגעקויפט בחיים חיותו.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים