דאס הארץ פון יעדן ערליכן איד האט פארפעלט א קלאפ ווען מען האט געהערט דעם מוצש"ק נאכן זמן די שווערע נייעס וואס איז געקומען פון ארץ הקודש, אז דער גרויס פוסק און גאון מרן גאב"ד ירושלים זצוק"ל האט צוריק געגעבן זיין נשמה צום כסא הכבוד דעם פארגאנגענעם שבת קודש אין די פארטאגס שעה'ן, נאכדעם וואס דער רב זצוק"ל איז געווען אין א שווערע מצב די לעצטע וואך צייט.
 
דער גרויסער גאון, איז געבוירן געווארן מיט כמעט 96 יאר צוריק אינמיטן חודש אלול שנת תרפ"ו אין שטעטל פעזינג אין סלאוואקיע, אלס דער אינגסטער זון צו זיין טאטע הרב שלמה ז"ל, א תלמיד פונעם בעל שבט סופר זי"ע. רבי שלמה האט געצויגן זיין חיונה פון א האלץ געשעפט, און האט פארגעלערענט שיעורים אין זיין שטאט.
 
אין זיינע אינגע יארן האט ער צוליב די גזירת המלכות געמוזט לערנען אינעם שטאטישן שולע, ביז די מיטאג שעה'ן, וואס דערנאך פלעגט ער לערנען מיט א מלמד וואס זיין טאטע האט געדינגען צו לערנען מיט אים.
 
ווען דער שרעקליכער צווייטער וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, האט דער אייבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו געפירט אז מען האט באוויזן אים ארויפצוזען אויפ'ן "קינדער טראנספארט" מיט וואס ער איז אנגעקומען קיין לאנדאן אליינס אן קיין משפחה אלס אינג בחור'ל פון 13 יאר.
 
אין לאנדאן האט ער פלייסיג געלערענט אין ישיבה "תורת אמת" פון הגאון ר' משה שניידער ז"ל, נאך זיין חתונה אין געיסטהעד האט ער ממשיך געווען דאס לערנען אין כולל וואס איז דאן געפירט געווארן דורך הגאון ר' אליהו דעסלער ז"ל, שפעטער האט הגאון ר' יצחק טובי' איבערגענומען ר' אליהו אלס ממלא מקום צו דינען אלץ ראש הכולל. ווען ער האט ער זיך צוריק געצויגן קיין לאנדאן האט אים הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א אויפגענומען אלס מגיד שיעור אין "ישיבה הרמה" אין לאנדאן, אזוי אויך איז ער געווארן רב אין בית הכנסת "עץ חיים".
 
אין יאר תשכ"ז איז ער אריבער וואוינען קיין אנטווערפן, בעלגיע דארט האט ער געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת ווילרייק, אזוי אויך האט מען אים אויפגענומען אלס דיין אין די קהלה מחזיקי הדת, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן און גע'פסק'נט שאלות פאר אידן פאר איבער פינף און דרייסיג יאר.
 
מיט ניינצן יאר צוריק אום י"ד תמוז תשס"ג, ווען דער ירושלמער רב הגאון הגדול מרן ישראל משה דושינסקי זצ"ל איז נסתלק געווארן, האט מען גערופן דעם גרויסן גאון פון אנטווערפן זאל קומען קיין ירושלים איבערנעמען דעם גרויסן אמט און דינען אלס רב פון די "עדה החרדית" אין ירושלים עיר הקודש, א תפקיד וואס ער האט אויסגעפירט מיטן גרעסטן מאס שטארקייט, און האט געפירט די פולע מערכות פון די ערליכע אידן אין ארץ ישראל, און זיך נישט געשראקן פאר קיינעם.
 
דער גאב"ד האט געהאט א געוואלדיגע הערצה צום הייליגן רבין און זיינע תלמידים, ער איז געווען זייער נאנט מיט אסאך ברסלב'ע חסידים וועמען ער זייער מעריץ און מחשיב געווען. מען האט געזען די גרויסע חביבות וואס ער האט געהאט צום הייליגן רבין ווען ער האט אויסגענוצט יעדע געלעגנהייט וואס מען האט אים נאר גערופן צו באשיינען אין ברסלב, ווי ער פלעגט אלץ קומען מפאר זיין בראש. אזוי אויך יעדעס מאל ווען מחבלי כרמים האבן נאר פרובירט צו פירן מערכות קעגן הייליגן רבין און זיינע תלמדים פלעגט ער זיך אלץ ארויסשטעלן בראש און זיך אננעמען פאר כבוד התורה, ער פלעגט אלץ זאגן אז ביי זיינע רבי'ס ווי ער איז אויפגעוואקסן פלעגן זיך אלץ געפונען דעם רבינ'ס הייליגע ספרים אויפן טיש צווישן די ספרים וועלכע זיי האבן געלערנט כסדר.
 
ווי שוין אויבן דערמאנט האט ער זיך געפונען אין א זייער שווערע מצב דעם פארגאנגענעם שבת קודש. און שבת קודש פארטאגס האט ער צוריק געקערט זיין נשמה צום כסא הכבוד במעמד פון פילע בני משפחה און רבנים פון די עדה החרדית וועלכע האבן אינאיינעם געזאגט די פסוקי יחוד.
 
היינט אינדערפרי איז פארגעקומען דער לויה אין ירושלים עיה"ק ווי צענדליגע טויזנטער ערליכער אידן פון גאנץ ארץ ישראל זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן גרויסן גאון וצדיק, בראש פון די רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א וועלכע האבן מספיד געווען. דערנאך האט מען געפירט די מטה פונעם גאב"ד זצ"ל צום הר הזתים ווי ער איז געקומען למנוחת עולמים.
 
גדולה מיתת צדיקים יותר משריפת בית אלוקינו