אין א שטארק נאכגעפאלגטע געשיכטע, קומט ארויס א באריכט פון איראן איבער דעם וואס זיי אפגערוקט זייער פלאן צו דערמארדן א אידישע בחור, נאכפאלגענדיג פילע תפילות פון אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט.
 
די באריכטן פארציילן אז דער בחור נתנאל בן ציונה (ביטע צייכענט אייך אן דעם נאמען און דערמאנט אים אין אייערע תפלות) איז געווען געסקעדזושלט צו ווערן אומגעברענגט רח"ל פארגאנגענעם שבת קודש, לויט די באריכטן פון די איראנע מידיע. האב תפלות ישראל עשתה רושם, ווי חז"ל זאגן שוין אפילו חרב חדה מנחת על צאוורו של אדם, קען נאך דער אויבערשטער מאכן א נס, און צוערשט איז דער דאטום אפגעשטופט געווארן.
 
ווי די באריכטן פארציילן האט זיך די מעשה אנגעהויבן מיט א געפעכט צווישן אים און א גוי אין איראן, וואס האט זיך ליידער געענדיגט מיט'ן דעם אומקום פונעם גוי, אויף וואס די לאקאלע געריכט האט אים געפונען שולדיג, און אים דן געווען למיתה ר"ל. די מעשה איז בכלל נאך נישט פארטיג, דער אויבערשטער האט אונז אבער געגעבן נאך א געלעגענהייט צו מתפלל זיין, און ראטעווען דעם איד ממות לחיים.
 
אסאך מאל מאכט זיך א מענטש טראכט צו זיך "איך שפיר מיך ווי ער איז אזא פינפטע ראד צום וואגן, איך בין ווי א נאר אין מארק, קיינער דארף מיר נישט, קיינער קוקט נישט אויף מיר", קען זיין אז דער בחור האט אויך אזוי געשפירט, דאס איז זיכער אז דאס איז די נאטור אז א בחור זאל אזוי שפירן, צוקלאפט, און צובראכן. מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט דער בחור געראטעוועט ווערן, אבער אפילו שוין יעצט נאך איידער מען זעט די ישועה, קענען מיר נעמען דערפון א געוואלדיגע לימוד, עס איז נישטא אזא זאך ווי עפעס א פשוט'ער בחור. מען מעסט אים נישט צי ער גייט מיט אזא הוט אדער מיט אזא הוט. "וועלכע מנוחה ושמחה זינגט מען ביי זיי?", מן הסתם זינגען זיי בכלל נישט קיין מנוחה ושמחה שבת, ער זינגט די שבת'דיגע ניגונים לויט די מסורה פון יהדות איראן, ער ווייסט נישט פונעם רבי'ן זכרונו לברכה, (נישט קיין חילוק וועם איר רופט "רבי זכרונו לברכה", ווייסט מען לכאורה נישט ביי זיי פון וועם מען רעדט) און מן הסתם ווייסט ער אפילו נישט נישט פונעם הייליגן בעל שם טוב, און נישט פונעם הייליגן גר"א. אבער ער איז א חלק פונעם אידישן פאלק. אלע דאווענען פאר אים, אלע שפירן ווי איך וואלט געצאלט די וועלטס געלט אים צו ראטעווען. 
 
טייערע איד, סיי וואו אויף די וועלט דו ביסט, און סיי וויאזוי דו זעסט אויס. ביסט אסאך מער ווערט ווי דו קענסט טראכטן. זאל זיין וואס זאל זיין, א איד ביסטו, און דאס אליינס איז שוין גענוג אז דו זאלסט זיך פרייען, טאנצן און שפרינגען פאר שמחה. 
 
אויסער דעם וואס מיר זענען ווייטער מרבה בתפלה פאר דעם טייערן בחור נתנאל בן ציונה, נעמען מיר זיך פאר אלץ א זכות ער זאל ארויסגיין מאפלה לאורה אז מיר וועלן אנהייבן קוקן גוט אויף יעדן איד, מיר וועלן צוברעכן אלע קנאה שנאה, אויפהערן מחזיק זיין במחלוקת.
 
מיר האבן געהערט א געשמאקע ווארט פון א ברסלב'ע חסיד פארגאנגענעם שבת קודש: מען האט נארוואס געזאגט די הפטורה אחרון של פסח "ויצא חטר מגזע ישי", די פסוק לייגט אראפ ווי שיין עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען "ופרה ודוב תרעינה יחדיו, ירבצו ילדיהן ואריה כבקר יאכל תבן" דער קוה און דער אקס וועלן פאשען צוזאמען, די קינדער וועלן שפילן מיט זיי, און דער לייב וועט עסן גראז ווי די בהמות", אביסל שפעטער זאגט דער פסוק "וסרה קנאת אפרים וצוררי יהודה יכרתו, אפרים לא יקנא את יהודה, ויהודה לא יצור את אפרים", פרעגט זיך די קשיא, פארוואס הייבט ער אן מיט די בהמות, זיי וועלן זיך מער נישט טשעפען? קען זיין פשט, אז די פסוק וויל באמת אונז זאגן גראד, דו וויסלט משיח זאל קומען? די אשכנזים זאלן אויפהערן זיך האלטן גרעסער פון די ספרדים, און די ספרדים זאלן נישט אראפקוקן די אשכנזים", אבער מען האט פשוט מורא געהאט אז מיר וועלן עס נישט קענען נעמען, מען וועט חלילה צוקלאפן דעם ספר "עס איז צו שארף" וועט מען אפשר טראכטן, הייבט דער פסוק אן מיט א זיסע משל וואס מיר קענען נעמען. "דער לייב וועט מאכן שלום מיטן הערש, דער קאץ וועט מער נישט נאכלויפן דער מייז", און אזוי פארכאפט אונז דער פסוק, מיר טראכן ווי שיין איז עס ווען דער לייב מיט בער מאכן שלום מיט'ן קוה, און אזוי קען אונז דער פסוק אריינגעבן אין מח, שעפעלע מען מיינט דיר. הער אויף רודפ'ן די חסידים פון דיין רבי'נס ברודער. און סטאפ שוין מיט די עקלדיגע ראסיזם: קוק נישט אראפ א איד צוליב וואס זיין הויט קאליר איז אנדערש ווי דיינס, און אזוי וועלן מיר מקרב זיין די גאולה במהרה בימינו אמן.
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.