אידישע קהילה אין קישינוב ערלעדיגט צו פארגרינגערן די גרעניץ אריבערגאנג פון מאלדאווא קיין אקוריינא
כט סיון תשפ"ב 📝
ווי שוין באריכטעט זענען די עירפארטס אין אוקריינא אפגעשלאסן שוין עטליכע חדשים זינט דער אנהייב פון די מלחה צווישן אוקריינא און רוסלאנד. ווי ערווענט זענען די גרעניצן אויף דער ערד געהעריג אפן. עס וואלט געווען צו ערווארטן אז דער הויפט וועג אנצוקומען קיין אומאן זאל ווען זיין דורך קישינוב אין מאלדאווע, וואס פונעם דארטיגן אינטערנאציאנאלן עירפארט נעמט דער וועג קיין אומאן בלויז בערך פינף שעה.
למעשה אבער, קומען רוב אידן וואס ווילן פארן קיין אומאן דורך פוילן, רומעניע, סלאוואקיע און אונגארן, וואס די וועגן פון דארט נעמט זייער זייער לאנג, א נסיעה וואס געדויערט צווישן צען און צוואנציג שעה געוואנדן פון וועלכע שטאט. דער סיבה דערצו איז וויבאלד דער גרעניץ פונקט צווישן אוקריינא און מאלדאווא איז געווען זייער פראבלעמאטיש, פילע זענען צוריק געשיקט געווארן צו זייער היימלאנד, און אפילו די וואס זענען צום סוף דורכגעלאזט געווארן זענען אויפגעהאלטן געווארן שעות איבער שעות און זענען געווארן אויסגעפארשט און אויסגעפרעגט כאילו ווער ווייסט וואס זיי ווילן דארט טון. דאס האט אוועקגענומען די אפעטיט פון די אלע אידן פון זיך צו באנוצן מיט דעם גרעניץ.
געלויבט דער אייבערשטער אז די וואך איז ארויפגעקומען א פרייליכע דורכברוך. נאכדעם וואס די אידישע קהילה אין קישינוב האט אויסגענוצט איר גוטע קשרים מיט די אוקריינישע רעגירונג, וואס האט נאך פילע פארהאנלונגען אנגעפירט דורכ'ן הויפט רב פון מאלדאווע הרה"ג ר' פנחס זאלצמאן שליט"א, געפועלט אז מען וועט בעז"ה שטארק פארגרינגערן דאס דורכגיין. ווי זיי זאגן האבן זיי געגעבן צו פארשטיין די אוקריינע רעגירונג די וויכטיגקייט פון דורכלאזן גרופעס אידן וואס ווילן קומען צו די קברי צדיקים, און ווי זיי זאגן האבן זיי געטראפן אן אפענע אויער אין די הויכע פענסטער, וואס האבן פארשפראכן אז די גרעניץ דורכגאנג וועט געעפענט ווערן פאר גרופעס.
מיט דעם אלעם דארף מען געדענקען אז איידער מען מאכט פלענער צו פארן אהין, איז זייער רעקאמאנדירט זיך צו פארבינדן צו א פארלעסליכן טראוועל אגענטור וואס קען זיך אויס מיט די געזעצן און מיט די מצב אין די פלעצער כדי צו פארמיידן קאפ-וויי און עגמת נפש.
אידישע קינדער זענען ווייטער מתפלל אז מען זאל שוין זוכה זיין צו די גאולה און עס וועט זיין "לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה", עס זאל שוין הערשן שלום אויף דער וועלט בביאת משיח צדקינו בב"א
אנשי שלומינו ווערן געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין אז מען זאל קענען אנקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה און אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר.