אידישע קינדער פרישן זיך אויף ווייטער צו מעביר סדרה זיין
יט טבת תשפ"ד 📝
מיט גרויס שמחה האט מען אויסגעשריגן פארגאנגענע וואך אין בית המדרש נאך קריאת התורה פון פרשת ויחי "חזק חזק חזק ונתחזק" ווען מען האט זיך געפרייעט מיט די גרויסע שמחה אז מען האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן ספר בראשית, ווען מען האט יעדע וואך געהאט די זכיה אריבער צו גיין שנים מקרא ואחד תרגום, און אסאך גאר מיט רש"י אדער אנדערע מפרשי התורה.
אין גאנצע אידישע וועלט רעדט מען אין די טעג און מען איז מעורר איבער די גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין, ווי עס איז באקאנט אז "שמות" איז ראשי תיבות "שנים מקרא ואחד תרגום", אלע זענען מקבל אויף זיך פון יעצט אנצוהייבן נישט קיין חילוק וואס איז געווען, וועט מען פון יעצט אריבערגיין די גאנצע סדרה יעדע וואך בעז"ה.
אבער וויאזוי קען מען דאס באווייזן? אז מען טראכט צוריק האט מען פאריאר אויך זיך אונטערגענומען צו מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מען איז געווען זיכער אז פון יעצט וועל איך עס באווייזן, אבער למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט אז ערב שבת נאך חצות האט מען עס נישט באוויזן, מה דאך זומער מיט די לאנגע פרייטאגס איז מען קוים אנגעקומען מיט די נשמה אין די הענט צום זמן, אין די קורצע ווינטערדיגע ערבי שבתות מאן דכר שמיה. דערפאר קומט דער צדיק מוהרא"ש זי"ע און איז אונז מגלה א סעיף אין שלחן ערוך "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור", מוהרא"ש פלעגט אלץ מאנען אז מען זאל זיך נישט פאפן אז מען וועט שוין מעביר סדרה זיין פרייטאג, נאך פון היינט זונטאג וועל איך לערנען חומש מיט תרגום פון אנפאנג ביז שני, מאנטאג וועל איך לערנען ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אז מען וועט זוכה זיין צו מעביר סדרה זיין, און געניסן פון די געוואלדיגע סגולות וואס דאס ברענגט ברוחניות ובגשמיות.
מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן "א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה, וועט מען זען אז אין די קומענדיגע וואך וועט מען האבן א שאדן", צי א געלט שאדן, אדער א גרויסע בזיון אדער אנדערע עגמת נפש, און פארקערט מדה טובה מרובה, ווען א מענטש איז צוגעקלעבט צו די תורה, מען גייט דורך די סדרה וועט מען האבן אסאך השפעות טובות.
דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען פאריגע וואך אין א בריוו איבער דעם ענין, שרייבענדיג: "לערן אביסל חומש מיטן תרגום יעדן טאג, די וואך ענדיגט מען ספר בראשית, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק ונתחזק!" אז דו וועסט יעדן טאג לערנען חומש מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די וואך - וועסטו זוכה זיין צו האבן א מוצלח'דיגע וואך; מוהרא"ש זאגט פון צדיקים: "לערנען חומש רש"י - ברענגט הצלחה"."
אויך ביים ליל שישי שיעור פון פאריגע וואך האט דער ראש ישיבה ווידער גערעדט איבער דעם ענין, און געזאגט אז ביי תלמיד היכל הקודש איז די שמחה גאר גרויס אז מיר האבן געענדיגט חומש בראשית, אבער אין די וועלט איז עס נאך זייער שווער, דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך דערויף מען זאל זיין נאכגעלאזט דערין, אבער מיר זענען זייער מכיר טוב פאר מוהרא"ש וואס האט אונז אויסגעלערנט א וועג וויאזוי מיר זאלן קענען באקומען דעם גרויסן מתנה.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אין ישיבה איז געווען א גרויסע שמחה, מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, "וואו אין דער וועלט איז נאך דא א ישיבה וואו יעדער איינער פון קליין ביז גרויס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ספר בראשית שנים מקרא ואחד תרגום"? מוהרא"ש פלעגט זאגן שטעל אפ סיי וועלכע מענטש אויף די גאס און פרעג אים צי ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איין מאל גאנץ חמשה חומשי תורה, זיכער וועסטו טרעפן יחידי סגולה וואס זענען זוכה, אבער סתם פשוטע מענטשן? דערפאר זענען מיר זייער פרייליך און מיר זענען מחזק אנדערע אידן זאל אויך טרייען דעם זיסן וועג.
תורת ד' תמימה משיבת נפש