אידישע שטובער ווערן אויפגעלאכטן וועכענטליך מיט פילע גליונות און אויסגאבעס ארויסגעגעבן דורך היכל הקודש
כג טבת תשפ"א 📝
דער ראש ישיבה איז כסדר מעורר אז מען דארף זייער אכטונג געבן וואס מען ליינט. "איינער וואס איז אנגעליינט מיט גוי'אישע ביכער, און מיט אלע אינטערנעט נייעס, וואס געט זיין פענע ארויס ווען ער שרייבט? וויפיל אמונה און יראת שמים געבן אים די אלע מידיע נעצן?" זאגט דער ראש ישיבה.
דערפאר איז א נחת צו זען ווי מיט יעדע דורכגייענדיגע וואך, קומען צו פרישע גליונות און קוטרסים צום אויסוואל. אזוי אז ווער עס געבט אכטונג אויף זיין שטוב עס זאל בלייבן ריין, כאפט זיך צו צו די אלע אויסגאבעס און ברענט עס אהיים זייער משפחה זאל האבן וואס צו ליינען שבת און א גאנצע וואך, און זענען רואיג וויסנדיג אז די אלע אויסגאבעס זענען שמן זית זך, געשריבן דורך ערליכע אידן וואס נעמען זייער שטאף פון די הייליגע ספרים.
די אלע גליונות ווערן בעז"ה געשריבן און מסודר דורך אינגעלייט וואס געבן זיך אוועק פאר דעם הייליגן צוועק, און ווערט בעז"ה ארויפגעלייגט אויפן וועבסטייט יעדע וואך דאנערשטאג בערך 5:00 נאכמיטאג, פון ווי יעדער קען דאונלאודן די אלע אויסגאבעס, אזוי אויך ווערט עס דאן געשיקט צו טויזנטער איינגעשריבענע אימעילס איבער די גאנצע וועלט פון וואו מען קען עס ארויספרינטן פאר זיך און אויך מאכן קאפיעס וויפיל מ'וויל און עס פארשפרייטן להחיות בהם נפש כל חי. (איינשרייבן פאר אימעיל)
פאר פילע פון די גליונות ווערט אויך אנגעבאטן א "סובסקריבשאן" פאר א קליינע אפצאל, און די אלע באקומען עס אויף די פאסט בעז"ה ארויסגעפרינט אויף א שיינעם פארמאט. דערווייל ווערט סובסקריבשאן צוגעשטעלט פאר די פאלגענדע גליונות: עצתו אמונה אידיש, גליון היכל הקודש אידיש, קרית ברסלב בלעטל, און בית נצחי. אזוי אויך ווערט עס נאר געשיקט צו אדרעסן אין די פאראייניגטע שטאטן, (די מפיצים אינעם ירושלמער קרן הדפסה ארבעטן יעצט אויס דאס צו קענען צושטעלן פאר די איינוואוינער פון ארץ ישראל). פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן צום קרן הדפסה אפיס אויף 718-387-2691 עקסט. 3. דער קרן הדפסה האפט אז בקרוב וועט מען קענען צולייגן נאך אויסגאבעס צום סובקריבשאן אפציע.
פאלגענד איז א ליסטע פון גליונות וואס ווערן כסדר ארויסגעגעבן בעז"ה דורך היכל הקודש. (ואין מוקדם ומאוחר בתורה)
📖 עצתו אמונה - אידיש
📖 עצתו אמונה - לשה"ק
דאס ווערט ארויסגעגעבן דורכן "קרן הדפסה היכל הקודש". עס אנטהאלט די שאלות ותשובות, און די אנדערע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה במשך די וואך. לעצטענס איז צוגעלייגט געווארן דערין די "עצתו אמונה פאר קינדער" - א שיינע מעשה פאר די קינדער געשריבן דורכן ראש ישיבה, מיט א שיינע בילד בייגעלייגט. אויך האלט מען אינמיטן ארויסצוגעבן אן "עצתו אמונה" אויף ענגליש יעדע וואך בעז"ה.
📄 גליון היכל הקודש - אידיש
📄 גליון היכל הקודש - לשה"ק
📄 גליון היכל הקודש - ענגליש
דאס איז דער וועלט בארימטער גליון וואס ווערט פארשפרייט אין צו טויזנטער עקזעמפלארן אין הונדערטער שולן איבער די גאנצע וועלט, דאס ווערט ארויסגעגעבן דורך די "מוסדות היכל הקודש וויליאמבורג", וואס אנטהאלט א מעשה אויף די סדרה פארן שבת טיש, א גוט ווארט פון ראש ישיבה, געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה, נייעס פון די מוסודות, און א באשרייבונג פון די לעבנס געשיכטע פון הייליגן רבין. דער גליון גייט שוין אן אזוי פאר איבער 10 יאר. און האלט שוין יעצט ביי די 480סטער גליון.
📄 אשר היה אל יואל
דאס איז א נייער גליון, וואס וועט בעז"ה אנטהאלטן די דברות קודש פון ראש ישיבה ביי שלש סעודת, הערליך אראפגעשריבן, מיט שיינע קלארע אותיות, און ווערט ארויסגעגעבן דורך די "מוסדות היכל הקודש".
📄 א גרוס פון בית פיגא
דאס איז א רעלאטיוו נייער בלעטל, וואס ווי איר נאמען זאגט ווערט ארויסגעגעבן דורך די "בית פיגא" סקול, מיט וואס פילע מיידלעך איבער די וועלט זענען זיך מחי' יעדע וואך זינט עס קומט ארויס. עס אנטהאלט אזעלעכע זאכן ווי: א בריוו פון ראש ישיבה פאר די מיידלעך; נייעס; מעשיות פון תפלה - עפיזאדן ווי מיידליך האב געבעטן דעם אייבערשטן ווען זיי האבן עפעס געדארפט און זענען געהאלפן געווארן; א מעשה אין פארזעצונגען פאר די מיידלעך; א בריוו פון די מנהלת פאר די תלמידות, און נאך.
📄 ישיבה קטנה
א גאר נייער גליון ארויסגעגעבן דורך די "ישיבה קטנה היכל הקודש ברסלב ליבערטי". ווי מען וועט זיך מחיה זיין יעדע וואך בעז"ה מיט די מעשיות פון תפלה פון די תלמידים; נייעס פון כתה; חיזוק פון די פרשה, און סיומים פון די חשובע תלמידים.
📖 סיפורי מעשיות - אידיש
📖 סיפורי מעשיות - לשה"ק
אין די קורצע צייט זינט עס ווערט אריסגעגעבן איז עס שוין געווארן גאר אויפגעכאפט. ווערט ארויסגעגעבן דורך די "מוסדות היכל הקודש ברסלב" דא ווערט אראפגעשריבן דעם ראש ישיבה'ס ווערטער פון שבת קודש ביי סיפורי מעשיות. עס איז דערקוויקענד צו ליינען ווי דער ראש ישיבה פלעכט אריין חיזוק און עצות אין די הייליגע מעשיות פון הייליגן רבין. אויפן גרויסן פארלאנג, ווערט געמאכט פלענער אריינצונעמען דעם גליון אין די "סובסקריבשאן" פאמיליע. פאלגט נאך בעז"ה.
📄 קרית ברסלב בלעטל
דער גליון וואס ווערט ארויסגעגעבן וועכענטליך דורך "מוסדות היכל הקודש ברסלב ליבערטי" האט א חידוש: "מעשיות פון תפלה פון טאטעס" - בעטן דעם אייבערשטן אויף די אידישע שפראך מיט תמימות ופשיטות איז נישט ח"ו א קינדערישע זאך. נאר זיידעס און טאטעס דארפן פונקט אזוי לעבן דערמיט - די איינוואוינער פון שטעטל דערציילן זייערע מעשיות ווי דער אייבערשטער האט צוגעהערט זייערע תפלות, און זענען געהאלפן געווארן, און אזוי ווערט מען געשטארקט אז מען זאל זיי נאכמאכן, און אויך געדענקען אז נאר צום אייבערשטן קען מען זיך ווענדן סיי ווען. אויך אנטהאלט עס פארשידענע אינטערעסאנטע "נייעס פון שטעטל", פארשידענע בריוו פון ראש ישיבה, און א "חידות אפטיילונג" פאר קינדער.
📖 שיחות הראש ישיבה - אידיש
📖 שיחות הראש ישיבה - לשה"ק
דער אויסגאבע אנטהאלט גאר אינטערסאנטע און רייכע שמועסן וואס תלמידים האבן זיך פארצייכעט וואס זיי האבן געהערט פון ראש ישיבה שליט"א ביי פארשידענע זמנים. מען קען פון די "שיחת חולין של תלמידי חכמים" ארויסנעמען גאר אסאך עצות אויף למעשה. דאס ווערט ארויסגעגעבן דורך "קרן הדפסה היכל הקודש". צוליב די גרויסע נאכפראגע, ווערט געמאכט פלענער אריינצונעמען דעם גליון אין די "סובסקריבשאן" פאמיליע. פאלגט נאך בעז"ה.