לינגוויסטן (שפראך מומחים) טיילן איין שפראכן אין "משפחות", איינע פון די גרעסטע שפראך משפחות זענען די "אינדאגערמאנישע" שפראכן, וואס באשטייט פון אזעלכע שפראך משפחות ווי "גערמאנישע שפראכן", וואס אנטהאלטן פילע שפראכן אריינגערעכענט ענגליש, דייטש, האלענדיש, שוועדיש, דעניש, נארוועגיש, איסלאנדיש, און אונזער באליבטע אידיש. נאך פילע שפראך משפחות געפונען זיך אונטער די אינדאגערמאנישע משפחה ווי צום ביישפיל די "ראמאנישע" משפחה (שפאניש, פראנצויזיש, איטאליעניש), די "סלאווישע" משפחה (רוסיש, פויליש, טשעכיש), און נאך.
 
דערפאר ווען אידיש רעדנדע באמערקן אז ווערטער אין אידיש וועלכע זענען זייער ענליך צו ענגליש, זאלן זיי נישט מאכן א טעות אז דאס איז נישט קיין אידישע ווארט, און עס א ווארט וואס איז געבארגט געווארן פון ענגליש, ווייל דאס איז זייער אסאך מאל נישט אזוי, ווייל אידיש און ענגליש זענען גאנץ נאנטע קרובים, און אין די שפראך וועלט זענען זיי גאנץ נאנט. אויסער די פילע ווערטער וואס אידיש און ענגליש זענען ממש די זעלבע ווי פינגער, גרין, מוזיק, און נאך הונדערטער זענען דא נאך טויזנטער ווערטער וואס זענען "כמעט" אייניג, ווי צום ביישפיל טרונק, הוט, נאז, נאגן, האמער, האנט, וואס די ווערטער האבן ביידע שפראכן גענומען פון דייטש.
 
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז אידישע קינדער אין אלע דורות במשך די גלות האבן אלץ אדאפטירט די שפראך ווי זיי זענען געווען און אנטוויקעלט דערפון א שפראך אנדערש ווי די גוים פונקט ווי אונזערע רבי'ס האבן געטון מיט די דייטשע שפראך, עס איז באקאנט אז די אידן אין די אראבישע לענדער האבן געהאט אן אייגענע אראביש וואס מען האט געשריבן מיט אל"ף בית, אזוי אויך אין די שפאנישע לענדער האבן אידישע קינדער אנטוויקעלט די "לאדינא" שפראך וואס איז געווען א אידישע שפאניש, און באמת איז דאס אויך די זעלבע זאך וואס די אמוראים האבן געטון אין די צייטן פון די גמרא, ווען זיי האבן גערעדט אראמיש אבער אויף א אידישע וועג.
 
ביי אלע פון די אויבנדערמאנטע פעלער, טרעפט מען עטליכע זאכן וואס די שפראכן זענען געווען אנדערש ווי די גויאישע שפראך פון וואו זיי זענען געקומען, מען האט עס ארויסגעזאגט אנדערש, מען האט עס געשריבן מיט אל"ף בית, און מען האט אריינגעמישט דערין לשון הקודש.
 
צדיקים האבן געזאגט אז אידיש איז א הייליג שפראך ווי מען זעט פון עטליכע בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי צום ביישפיל א בריוו פון פאריאר חודש טבת תשפ"ג ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס "איך פריי זיך זייער אז די מיידלעך וואס זענען אריינגעקומען אין שולע אן קענען אידיש - קענען שוין א גוטע אידיש, און אלע רעדן נאר די הייליגע שפראך אידיש." אזוי אויך זעט מען א בריוו פון פארגאנגענעם חודש סיון ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט "זייער גוט אז איר האט אנגעהויבן רעדן אידיש אין שטוב, אזוי וועלן די קינדער קענען די שפראך. אידיש איז א הייליגע שפראך, איז כדאי צו רעדן אין שטוב אידיש, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט די שפראך. מאכט זיך נישט צו טון פון די וואס לאכן און שפעטן; מען טוט וואס איז ריכטיג, נישט וואס די משפחה טוט."
 
כאטש אידיש האט א ספעציעלע חשיבות און אויך האט דער הייליגער רבי אסאך גערעדט איבער די גרויסקייט אז א מענטש זאל זיך אויסרעדן אויף זיין שפראך מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן, זאגט דער ראש ישיבה שליט"א אז דאס מיינט נישט אז אלע מוזן רעדן צום אויבערשטן דווקא אויף אידיש, דארט ווי דער רבי האט געוואוינט האט מען טאקע גערעדט אידיש, האט דער רבי געוואלט מען זאל רעדן צום אויבערשטן אויף אידיש, ווייל ווען מען רעדט אין די שפראך וואס מען איז געוואוינט, קען מען אסאך בעסער זיך אויסדרוקן, און מען קען זיך בעסער עפענען דאס הארץ, דערפאר ווען עס קומט צו רעדן צום אויבערשטן זאל מען רעדן אין די שפראך וואס איז די מערסטע באקוועם, זאל עס זיין ענגליש, רוסיש, שפאניש, אדער סיי וואס.
 
און בכלל זאגט דער רבי אז לשון הקודש מיינט עפעס אנדערש וואס אסאך מיינען, מען קען רעדן אידיש אדער אפילו ענגליש און נאך אלץ רעדן לשון הקודש. דער רבי זאגט אז לשון הקודש מיינט א "הייליגע שפראך" און א איד וואס רעדט וועלכע שפראך עס זאל נאר זיין, אבער ער געבט אכטונג נאר צו רעדן הייליג און רעדט נישט קיין ניבול פה, דער רעדט לשון הקודש, אבער אויב איינער רעדט אידיש אבער ער שטעכט אנדערע, ער רעדט מיאוסע ווערטער, ער דארף תשובה טון, עס העלפט נישט אז ער רעדט אידיש.
 
דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אייביג קענען היטן דאס מויל, קיינמאל נישט רעדן קיין שקר, חנופה, לשון הרע, רכילות, נאר רעדן אסאך פונעם אויבערשטן, אסאך רעדן צום אויבערשטן, און לערנען און דאווענען, וועלן מיר האבן א הייליגע שפראך.