אידישער בחור בנימין כאסין פון איראק גענצליך באפרייט
ה תשרי תשפ"ז 📝
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה אין דער אידישער וועלט, אז דער בחור בנימין כאסין איז ענדליך באפרייט געווארן פון טורמע אין דעם קורדישן טייל פון איראק, נאכדעם וואס ער איז דארט געווען פארשפארט פאר לאנגע און שווערע יארן.
די באפרייאונג קומט נאך א לאנגן און קאמפליצירטן לעגאלן קאמף, אין וועלכן עס איז צום ערשט געלונגען צו פארמיידן דעם הארבסטן אורטייל קעגן אים — א טויט אורטייל — און דאס איבערצוטוישן אויף א טורמע טערמין. אין די לעצטע תקופה האבן עסקנים און אדוואקאטן זיך אריינגעלייגט אינעם קעיס מיט אלע כוחות, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ער איז גענצליך באפרייט געווארן.
דער קאמף האט באקומען א נייעם שטארקן שטופ אין די וואכן פארן פארלאפענעם ראש השנה תשפ"ו, ווען דער עולם איז געווארן מער באקאנט מיט דעם שווערן מצב און א ברייטע קאמפיין איז אנגעגאנגען צו שאפן די נויטיגע געלטער. אידן פון איבעראל האבן זיך פאראייניגט צו העלפן ברענגען א סוף צו דער לאנגער פרשה, און צום סוף איז אויפגעטריבן געווארן א גרויסע סומע געלט פאר די משפחה פון דעם הרוג, וועלכע האט מסכים געווען צו א סולכא — א פארגעבונג אין אויסטויש פאר א פארגיטיקונג, וואס האט באטראפן ארום א פערטל מיליאן דאלאר.
דאס קומט אין די טעג פון ערב יום כיפור, ווען מיר אלע גייען דורך אן ענליכן פראצעס; מיר בעטן פונעם אויבערשטן א "סולכא" – סליחה, מחילה וכפרה. אבער געלויבט איז דער אויבערשטער אז מיר האבן אזא גוטן באשעפער, א מלך חפץ בחיים וואס זוכט אז מיר זאלן ארויסגיין זכאי בדין און פארשריבן ווערן בספר החיים. ער פארלאנגט נישט קיין שווערע זאכן, נאר בלויז מיר זאלן אים זאגן: "זיי מיר מוחל, מיר גייען שוין זיין גוט", און ער שענקט אונז תיכף א מחילה, סליחה וכפרה.
אבער ביי א בשר ודם איז עס אסאך שווערער. אונזער געשיכטע ציט זיך שוין צוריק אסאך יארן. בנימין כאסין, וועלכער איז געבוירן געווארן אין ארץ ישראל, איז דעמאלט געפארן קיין איראק צו באזוכן פאמיליע מיטגלידער וואס האבן דארט געוואוינט. בעת זיין וויילן אין לאנד, האט ער זיך אנגעשלאסן אין די קורדישע קרעפטן, וואס האבן דעמאלט געפירט א קאמף קעגן דער טעראריסטישער ארגאניזאציע "אייסיס", וואס האט פארנומען גרויסע טיילן פון איראק און סיריע.
אין א געוויסן מאמענט האט זיך אבער די רייזע פארוואנדלט אין א טראגעדיע. לויט די באריכטן, איז בנימין געפארן אין א טעקסי ווען דער דרייווער האט – לויט די באשולדיגונגען – פרובירט אים איבערצוגעבן פאר אייסיס. עס איז אויסגעבראכן א פיזישער געפעכט צווישן זיי, אין וועלכן דער דרייווער איז שווער פארוואונדעט געווארן און איז שפעטער געשטארבן פון זיינע וואונדן.
בנימין איז נאכדעם ארעסטירט געווארן דורך די איראקער אויטאריטעטן, און איז פאראורטיילט געווארן צום טויט דורך הענגען רח"ל.
פאר יארן לאנג איז דער קעיס געבליבן אונטערן אויבערפלאך, ווען פארשידענע עסקנים האבן פרובירט צו טון דערין און ארויסהעלפן אין דעם קאמפליצירטן פאל. דער דורכברוך איז געקומען ווען א גרופע היימישע עסקנים, אינאיינעם מיט אדוואקאטן, האבן באוויזן איבערצורעדן די משפחה פונעם געהרגעטן אז זיי זאלן זיך לאזן איבערבעטן – אן אנגענומענער מהלך אין יענע לענדער.
די "סולכא" האט צום ערשט געברענגט דערצו אז דער טויט-אורטייל זאל בטל ווערן, און די שטראף איז געטוישט געווארן צו א לאנגן טורמע טערמין. נאך ווייטערדיגע השתדלות איז ענדליך דערגרייכט געווארן דער פאזיטיווער רעזולטאט: בנימין איז באפרייט געווארן פון טורמע.
נאך אזויפיל יארן פון זיין אפגעריסן פון זיין היים און משפחה, איז די בשורה איבער זיין באפרייאונג אויפגענומען געווארן מיט גרויס התרגשות. לויט די באריכטן ווערט ער ערווארטעט צוריקצוקומען קיין ארץ ישראל נאך פאר שבת, וואו ער וועט זיך נאכאמאל טרעפן מיט זיינע נאענטע, וועלכע האבן במשך די לאנגע יארן געווארט און מתפלל געווען אויף דעם טאג.