פארגאנגעם וואך איז הבחור החשוב ממזכי את הרבים (פון די רעדאקציע פון די "חיזוק יומי המתורגם") איציק מענדאלוויטש געווען געפארן קיין אייראפע צו מתפלל זיין אויף קברי צדיקים, דעם זונטאג מיטאג איז דער חשובער בחור געפארן אויפן וועג פארנדיג אין א טעקסי אויפן וועג ארויס פון ליזענסק ווי ער האט מתפלל געווען ביים הייליגן ציון פונעם רבין רבי אלימלך זי"ע, און איז זיך רואיג געשלאפן אויפן הונטערשטן זיץ, זייענדיג אויסגמוטשעט פון זיין לאנגע רייזע, ווען פלוצלינג האט דער קאר געכאפט א שרעקליכן גליטש אויף די אייז, און האט זיך אינגאנצן איבערגעדרייט, און איז אין איילעניש אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א שווערן מצב, און ביז יעצט האט ער זיך ליידער נאך אלץ נישט אויפגעוועקט.
ברוך השם אז מען האט אים נעכטן נאכט אפגעפירט קיין ארץ ישראל וואו די דאקטוירים פראבירן אים צו ראטעווען.
אידן ווערן געבעטן צו מתפלל זיין פאר יצחק בן אהובה שושנה.
 
בילדער