אידן רייסן איין בתפילה פאר די אידן אין ארץ הקודש
כד תשרי תשפ"ד 📝
אין די צייט וואס אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם צאפעלט דאס הארץ מיט שרעק און קענען נישט צו זיך קומען פון די שמועות מבהילות וואס קומען אן פון ארץ ישראל, ווען רוצחים האבן באפאלן פילע שטעט נעבן די גרעניץ און האבן נעבעך אומגעברענגט אידישע קינדער מיט די גרעסטע מאס אכזריות און קאלט בלוטיגקייט. טרעפן אידן זייער איינציגסטע טרייסט אינעם אויבערשטן, ווען מען זעט אז די מערסט פארגעשריטענסטע שפינאזש כחות זענען געכאפט געווארן אין א טאטאלע סורפרייז, ווען די רוצחים האבן זיך טרענירט אונטער זייער נאז, עס האט נישט געהאלפן קיין טאנקען עראפלאנען און אפילו נישט קיין אטאם באמבעס. אידישע קינדער האבן זיך אויפגעוועקט אויף זייער א ביטערע שווערע וועג אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם נישט אויף די ממשלה נישט אויף די צה"ל און אפילו נישט אויף אמעריקע.
אידן איבער די גאנצע וועלט רייסן איין תפילות פאר אחינו בני ישראל יושבי ארץ הקודש און אויף די פילע צענדליגע טויזענטע געסט וואס זענען דארט אז עס זאל זיי חלילה נישט פאסירן קיין שלעכטס, און אזוי אויך פאר די פילע פארכאפטע און פארוואונדעטע אז זיי זאלן זוכה זיין אהיים צו גיין צו זייערע משפחות געזונט און שנעל.
דער ראש ישיבה האט אין די טעג געשריבן שטארקע נקודות אין די בריוו וואס איז וויכטיג צו געדענקען אין אזא עת צרה, נעכטן מוצאי יום טוב האט דער ראש ישיבה געשריבן אין א בריוו "שטארקט אייך מיט אמונה, ווערט נישט פארלוירן און געבט אכטונג אין שטוב אויף די משפחה אויף די קינדער מען זאל נישט אריינפאלן אין א בהלה. מען האט יעצט הושענא רבה געבעטן: "הושענא, נפש מבהלה הושענא"; דאס איז די גרעסטע צרה, אז מען פאלט אריין אין פאניק.
מיר זענען אלע מתפלל אז אלע וואס זענען ליידער געשעדיגט געווארן זאלן האבן א רפואה שלימה און די געפאנגענע זאלן באפרייט ווערן.
די אלע וואס בארומען זיך 'אונזער מיליטער, אונזערע טאנקען, אונזערע שפיאנען'; יעצט זעט מען ווי פארשעמט זיי זענען, נישטא קיין כוחי ועוצם ידי, "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר, שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר" (תהלים קכז, א), מיר דארפן זיך פארלאזן נאר אויפן אייבערשטן, נאר ער איז אונזער היטער.
אשרינו אז דער רבי לערנט אונז א גאנץ יאר די ריינע אמונה און ווען עס קומט שווערע טעג - דעמאלט זעט מען אז די אלע וואס רעדן צום אייבערשטן און לערנען דעם רבינ'ס ספרים זענען נישט קיין פליטעס, מען איז נישט פארלוירן, מען האלט זיך שטארק, מען בלייבט מיט א ישוב הדעת, און אנדערע וואס האבן נישט קיין צדיק אמת ווייסן נישט ווי זיך צו רירן אין לעבן מרוב פחד ובהלה; דאס דארף אונז געבן א שטופ צו גיין הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, עצות - פאר אלעמען."
היינט האט דער ראש ישיבה מוסיף געווען "מיר האבן געהערט די שרעקליכע שוידערליכע נייעס, אז רוצחים אראבער זענען געקומען און גע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, און געפאנגען אומשולדיגע אידן, קינדער און עלטערע אידן; פון אינמיטן יום טוב ווען די נייעס איז אנגעקומען צו אונז - האבן מיר נישט קיין מנוחה.
מיר דארפן געדענקען וואס די הייליגע תורה זאגט (תהלים קכז, א): "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר", אויב דער אייבערשטער היט נישט דעם שטאט, "שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר", איז גארנישט ווערד די היטערס; דאס זעט מען יעצט, ווען זיי בארימען זיך מיט זייער מיליטער, מיט זייער קלוגשאפט, מיט כוחי ועוצם ידי, זאל אזוינס פאסירן; עס זאל אריבערגיין צענדליגער שעות וואס אראבער זאלן גיין פון הויז צו הויז און אויס'שחט'ן טייערע אידישע קינדער.
אודאי דארף מען זיך היטן פון די רוצחים, און אז עס איז א צייט פון מלחמה - דארף מען טון וואס מען קען זיך צו היטן, אבער זיך נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די שומרים - זיי קענען העלפן; נאר דער אייבערשטער, ער העלפט און ער וועט אונז ראטעווען.
מיר דארפן זיך שטארקן מיט אמונה און תפילה. געבט אכטונג נישט זיך פארלירן, היט אויף ענקערע משפחות, זעט עס זאל זיין רואיג אין שטוב, די קינדער זאלן זיין רואיג. הערט נישט די נייעס, נאר אביסל וויפיל עס פעלט אויס צו וויסן, אבער נישט זיצן אויף די נייעס, ווייל זיי ווארפן א פחד און א שרעק.
דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער. מיר דאווענען פאר אלע וואס זענען פארוואונדעט געווארן זאלן האבן א רפואה שלימה, און אלע געפאנגענע וואס זענען ביי די הענט פון די רוצחים - זאלן באפרייט ווערן.
זינגט ניגונים פון אמונה דאס וועט אייך בארואיגן."
נחשבנו כצאן לטבח... ובכל זאת שמך לא שכחנו