אידן רייסן איין בתפלה ותחנונים צו קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה
כא אלול תשפ 📝
שטייענדיג געציילטע טעג איידער מ'דארף זיך ארויסלאזן צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, שטייגט די אנגעצויגנקייט ביי אידישע קינדער וואס ווילן אזוי שטארק פארן צום הייליגן רבי'ן, און די גרעניצן זענען נאך דערווייל פארשלאסן.
יעדעס יאר איז גרויס די בענקעניש צו פארן צום הייליגן רבי'ן, וואס האט צוגעזאגט צו זיין א גוטער אדוואקאט, און אויס'פועל'ן א גוט געבענטשט יאר פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אבער דאס יאר איז די גלוסט פיל גרעסער, נאכ'ן אריבערגיין אזא שווערע יאר, וואס מ'האט זיך גארנישט געקענט פארשטעלן דעם פארגאנגענעם ראש השנה וואס עס ווארט אונז אפ במשך דעם יאר, וויל יעדער פארן און זיך אויסבעטן און אויס'פועל'ן א גוטע יאר, אבער ליידער האט מען פארשפארט די גרעניצן פון אוקריינע, און דער אייבערשטער ווארט אויף נאך תפלות פון אידישע קינדער, ותטה לב המלכות עלינו לטובה, אז מ'זאל אריינלאזן די אידן קיין אומאן אויף ראש השנה.
מיט תפלה קען מען באווייזן וואונדער, תפלה איז העכער פונעם דרך הטבע, און דערפאר הערן אידן נישט אויף מתפלל צו זיין ווי מער אז מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן, אן תפלה קען מען גארנישט באקומען.
דער הייליגער רבי האט געזאגט )חיי מוהר"ן, סימן תה(: "הראש השנה שלי הוא חידוש גדול, והשי"ת יודע שאין הדבר הזה בירושה מאבותי, רק השי"ת נתן לי זאת במתנה, שאני יודע מהו ראש השנה, לא מבעיא אתם כולכם בודאי תלויין בראש השנה שלי, אלא אפילו כל העולם כולו תלוי בראש השנה שלי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס 'ראש השנה' איז, און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו זיין אויף ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, מקבל זיין אלע גרויסע תיקונים, און מיר זאלן שוין פטור ווערן פון אלע צרות און פראבלעמען, עס זאל קומען א גוטע זיסע יאר, מיט אלע ישועות פאר אידישע קינדער.
וכל באי עולם עוברין לפניך כבני מרון!