שאלה: אויף די פלעשער זאלץ זעט מען אויפגעשריבן אז מען האט צוגעלייגט "אייאָדיין", וואס איז עס, און פארוואס לייגט מען עס אריין?
 
ענטפער: אייאדיין איז אן "עלעמענט" פונעם באשעפער'ס בריאה (עלעמענט נומער 53) און ווערט אין רוב לענדער צוגעלייגט צו זאלץ, אין פאל וואס עס ווערט פארקויפט זאלץ אן אייאדיין וועט געווענליך שטיין צוגעשריבן אז דער זאלץ פארמאגט נישט קיין אייאדיין.
 
דער אייאדיין עלעמענט איז א נויטיגע מינעראל וואס א מענטש דארף וויכטיג האבן צו זיין געזונט בעזרת השם יתברך, דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אייאדיין פארשידענע וויכטיגע אויפגאבעס, וואס ער טוט בנאמנות אינעם קערפער פונעם מענטש צווישן זיי, די מעטאבאליזם סיסטעם וואס טוט קאנטראלירן ענעריגע באנוץ, וואוקס פון קינדער, אזוי אויך טוט עס וויכטיגע זאכן אינעם מח, בפרט אין אינגע קינדער, און נאך.
 
דער קערפער דארף נישט קיין סאך דערפון, און עס ווערט גערעכעט ווי א "טרעיס מינעראל", וואס מיינט א מינעראל וואס מען דארף האבן זייער ווייניג דערפון, אבער דער ביסל איז וויכטיג, און אויב באקומט מען עס נישט קען עס גורם זיין פארשידענע געזונט פראבלעמען אזוי ווי פראבלעמען מיט'ן טיירויד, און הארמאנען, אנטוויקלונג פון קליינע קינדער, נידעריגע וואוקס, שוואכקייט.
 
פאר דעם צוועק האט די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע רעקאמענדירט אז רעגירונגען זאלן צולייגן א משהו אייאדיין צו די עסנווארג, און בפרט צו זאלץ, וואס איז א ביליגע מאכל, און דורכדעם געבן די געלעגענהייט אז וואס א גרעסערע באפעלקערונג זאל האבן צוטריט דערצו.
 
דאס דערמאנט אונז א בריוו אין וואס א פרוי האט פרעגט מוהרא"ש זי"ע איבער עין הרע, ווי מיר קענען עדות זאגן איז דא א גרויסע מארקעט אין די אידישע גאס איבער אפשפרעכן עין הרע, און די פרוי וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין לחם לאכול, פרעגט מוהרא"ש זי"ע וואס זי קען טון, אוועק צו נעמען די עין הרע וואס האט איר באטראפן. מוהרא"ש זי"ע ענטפערט איר מיט גרויס חכמה אין שו"ת ברסלב אז זי זאל נעמען אביסל זאלץ און אויסגיסן נעבן די טיר, און לייגן די הענט אויף די מזוזה און ערליך מתפלל זיין צום באשעפער אז די עין הרע זאל נישט שולט זיין אויף איר הויז געזונט.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט אמאל גערעדט דערפון האט ער געזאגט אז מען קען זאגן פשט דערין, אז מוהרא"ש האט איר באמת געוואלט זאגן בלויז אז זי זאל מתפלל זיין, וואס דאס איז די בעסטע סגולה קעגן עין הרע, אזוי ווי מיר טוען יעדן טאג ביים דאווענען, מיר בעטן דעם אויבערשטן "שתצילינו היום ובכל יום... מעין הרע...", אבער אין די היינטיגע וועלט איז עס שווער צו זאגן פאר א מענטש, מענטשן ווילן "פילן" ווי זיי "טוען עפעס", און ביז ווילאנג מען טוט נישט בלייבט דער עין הרע אין קאפ, און עס לאזט נישט דעם מענטש מנוחה, עס נעמט אוועק זייער שמחה, זייער מחשבה, און דערפאר - קען זיין - האט מוהרא"ש איר געהייסן נעמען דער ביליגסטער סובסטאנץ וואס מען קען טרעפן אין הויז, כדי צו באפרידיגן איר געברויך פון "טון עפעס"... און דערנאך וועט זיך מתפלל זיין, וואס דאס איז דער בעסטער און ווירקזאמסטער סגולה קעגן אלע מחלות און חלאים.