אייער-פרייזן פאלן אראפ צום נידריגסטן שטאפל אין אסאך יארן
יז טבת תשפ"ו 📝
מיט בלויז עטליכע חדשים צוריק זענען די העדליינס אין די צייטונגען געווען אנגעפילט מיט שרייעדיגע קעפלעך: "אינפלעישאן איז געפערליך", "פרייזן זענען נישט אויסצוהאלטן", "מענטשן קענען זיך נישט ערלויבן פשוט'ע אייער", "פרייזן זענען ביי זיבן-אכט דאלאר." אמת, די פרייזן פון די אייער זענען טאקע שווער געווען. מענטשן האבן זיך זייער געמוטשעט דערמיט. א גרויסע משפחה וועלכע דארף האבן אסאך אייער, האט שטארק געשפירט די הויכע אייער-פרייזן.
דערנאך זענען געקומען די אנאליזן, אפהאנדלונגען, פאדקעסטס, און האבן איבערגעקייט און ווידערהאלט און פארפירט אז עס איז עק וועלט. די מצב איז געפערליך, די וועלט גייט אונטער, די עקאנאמיע איז אין דער ערד.
וואס גייט יעצט פאר? פארוואס הערט מען נישט די געשרייען? יעצט איז די מעשה פונקט פארקערט. אייער-פרייזן זענען די נידריגסטע אין גאר א לאנגע צייט. האלסעיל אייער-פרייזן זענען שוין אונטער זעכציג סענט. מ'קען שוין טרעפן גראסעריס וואס פארקויפן א דאזן אייער אונטער א דאלער. ווער האט געטראכט א יאר צוריק אז עס קען אנקומען צו דעם?
דאס איז די מידיע. זיי האבן ליב צו מאכן סענסאציעס. פארשפרייטן פאניק. דערשרעקן. דאס איז זייער פאך, און דאס איז איין סיבה פארוואס מען דארף שטיין ווייט פון זיי. קודם כל איז די פאניק געווענליך איבעריג. דער אויבערשטער פירט די וועלט אזוי שיין, און עס איז נישטא פון וואס צו זיין דערשראקן. בכלל, וואס האט מען פון פאניקן? וועט דאס אראפברענגען די פרייזן?
נאך מער. ווען די פרייזן פון אייער זענען געווען הויך, זענען געווען אנדערע זאכן וואס זענען געווען גוט, און גאר גוט. אבער פון דעם האט דאן קיינער נישט גערעדט. פונקט ווי היינט רעדט קיינער נישט פון די גאר גוטע אייער פרייזן.
מיר וועלן לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות, און קוקן נאר אויף די גוטע חלקים. "איי," וועלן די צייטונגען דרייען מיט'ן גראבן פינגער "מ'דארף זיין רעאליסטיש!" אמת. מיר וועלן זיין רעאליסטיש, איך וויל זיין אן ערליכער איד. איך וויל דינען דעם אויבערשטן. נאר דאס איז רעאליסטיש, און נאר דאס איז אמת. און כדי צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיין פרייליך. כדי צו זיין פרייליך דארף מען קוקן אויף די גוטע זאכן, און דאנקען דעם אויבערשטן דערויף.
ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן, זאגט מען אים פון הימל, "דאנקסט? ביסט צופרידן? לאמיר דיר ווייזן וואס מיינט גוטס." חלילה וחס, א מענטש קרעכצט, זאגט מען אים פון הימל, "דו ווייסט בכלל וואס מיינט צרות?" ווען א מענטש זאל וויסן וואס מיינט צרות, וואלט ער נישט געקרעכצט.
מוהרא"ש פלעגט אונז אלעמאל מעודד זיין, מ'זאל גיין באזוכן אין די שפיטעלער. ווען מען קומט ארויס פון שפיטאל ווערט מען פרייליך. מען הייבט אן צו דאנקען דעם אייבערשטן, "איך קען גיין, איך קען זען, איך קען הערן, איך קען זיך אליינס באדינען, איך קען אליינס עסן." א מענטש ווערט אזוי פרייליך. ער הייבט אן טאנצן, "עס איז מיר גוט, מיין לעבן גייט מיר גוט," מען הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן.
קומענדיגע מאל ווען דו גייסט אין גראסערי, שטעל דיך אפ ביי די אייער און זאג, "שכח אייבערשטער, איך קען מיר ערלויבן צו קויפן עסן, איך דארף נישט בארגן."