אייראפע
כט שבט תשפ"ד 📝
כאטש אייראפע איז כמעט די קלענסטע קאנטינענט, פארמאגט זי אבער גאר א גרויסע באפעלקערונג, איין אייראפע וואוינען היינט צו טאגס א געשאצטע דרייפערטל ביליאן מענטשן, און באשטייט פון פינף און פערציג אינטערנאציאנאל אנערקענטע לענדער.
דער מערסטער צו רעכטס איז דער ריזיגער רוסלאנד (א פערטל רוסלאנד געפונט זיך אין אייראפע), דערנעבן געפונען זיך די אנדערע סלאווישע לענדער פון אויבן אראפ: עסטאניע, לעטלאנד (לאטוויע), ליטע (ליטועניע), ווייס רוסלאנד (בעלארוס), אוקריינא, מאלדאווע, פוילן, טשעכיי, און סלאוואקיי.
דערנאך קומען די באלקאן לענדער וואס געפונען זיך גאנץ אונטן נעבן מיטלענדישן ים: גריכנלאנד, אַלבעניע, צפון מאסעדאניע, קאסאווא, סערביע, מאנטענעגרא, באסניע און הערצאגוואניע, בולגריע, קראָאַטיע, און סלאוועניע.
אינצווישן געפונען זיך די לענדער פון רומעניע און אונגארן, און גאנץ אונטן איטליע. אין איטאליע געפונען זיך די צוויי פיצעלע לענדער פון סאן מארינא און וואטיקאן סיטי און דערנעבן אינעם ים גפונט זיך דער קליינער אינזל לאנד מאלטא.
דערנאך קומט צעטראל אייראפע, די דייטש רעדנדע לענדער: עסטרייך, שווייץ, דייטשלאנד, האלאנד (נעדערלאנדס), דענמארק, בעליגע און די פיצעלע לענדער פון ליכטענשטיין און לוקסעמבורג.
לינקס אונטן געפונען זיך די לענדער פון פראנקרייך, מאָנאַקאָ (א קליין לענדל), שפאניע, פארטוגאל און דער פיצלע אַנדאָראַ לענדל.
גאנץ אויבן געפונען זיך די נארדישע (צפונישע) לענדער: פינלאנד, שוועדן און נארוועיגע, און דערנאך אינמיטן דעם אטלאנטישן אקעאן איסלאנד.
פון דארט גייען מיר צענטער לינקס קיין גרויס בריטאניע ווי עס געפונען זיך ענגלאנד און דערנעבן אירלאנד.
אין די לעצטיגע היסטריע פון אייראפע ביז בערך צוויי הונדערט יאר צוריק זענען די גוים געווען אונטערגעווארפן אונטער די פריצים און קעניגן פאר הונדערטער יארן וועלכע האבן אונטערדרוקט די פויערן וועלכע זענען געווען ווי קנעכט פאר זיי, און רוב רובם פון די אייראפעער האבן נישט געקענט קיין צורת אות. אין די זעלבע צייט האבן אידישע קינדער געלעבט אין די תקופה פון די ראשונים, און בעלי תוספות וועלכע האבן געלעבט אין שפאניע, פראקרייך ענגלאנד און נאך און האבן פון דארט באלויכטן די וועלט מיט זייערע ספרים תשובות און ישיבות. אידישע קינדער האבן געדינט דעם אויבערשטן בתמימות ובפשיטות.
די מלוכות צווישן זיך האבן זיך כסדר ארומגעריסן ווער זאל איינעמען וועלכע שטח, שווערע מיליאנע מענטשן זענען געשטארבן אין די אלע זינלאזע מלחמות וואס האבן נישט געברענגט קיין שום נוצן פאר קיינעם.
אונזערע עלטערן און זיידעס האבן גארנישט געוואלט אויסער מען זאל זיי לאזן דינען דעם אויבערשטן, אבער די גויים האבן נישט אויסגעהאלטן צו זען אידישע קינדער ווי זיי לעבן א שיינע לעבן מיט זייערע משפחות, מען פראוועט שבתים און ימים טובים, בשעת זיי פלעגן ארבעטן ווי קנעכט בלויז כדי עס צו קענען פארתכלעווען אויף א פלעשל משקה.
במשך די הונדערטער יארן אין אייראפע האבן די גויים אומגעברענגט על קידוש ה' מיליאנען אידן ווען די פשוטסטע אידן האבן מקדש געווען דעם אויבערשטענ'ס נאמען אויסשרייענדיג שמע ישראל מיט א שמחה בשעת מען האט זיי געשחט'ן און פארברענט, זאל עס זיין בשעת די פארשאלטענע שפאנישע אינקוויציע, גזירת ת"ח ות"ט, די אומצאליגע בלוט בלבולים, און פאגראמען וואס די אייראפעישע פויערן האבן מיט די גרעסטע מאס רציחה זיך א לאז געטון אויף די ארימע אידן. און צום לעצט ווען איבער זעקס מיליאן אידן זענען אומגעברענגט געווארן על קידוש ה' נישט לאנג צוריק דורך די נאציס און זייערע מיטהעלפער און די פילע לענדער וואס זיי האבן אקופירט.
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז איז כדאי מען זאל לערנען מיט די קינדער וואס גויים זענען. בשעת ווען די גאס בליטשעקט און ווינקט צום יוגענט און פרובירט אוועקצושלעפן אידישע קינדער פון אויבערשטן, איז וויכטיג זיי זאלן וויסן ווי שטארק זיי האבן אונז ליב. ווען פאר די וועלט מלחמה איז דייטשלאנד געווען דער ביישפיל פון קולטוראלע פארגעשריטנקייט, די שפיגעלע פון פארשריט און דעמאקרטיע, דארט האבן אלע געהאט גלייכבארעכטיגונג; אבער א מענטש אן תורה איז ערגער פון א חי' פון וואלד; א חי' וועט נאר עסן א צווייטן ווען ער איז הונגעריג.