אייראפע וועט ערלויבן צו לייגן ווערים אין ברויט

ט שבט תשפ"ה 📝
די פאלגענדע נייעס איז נישט רעקאמענדירט צו ליינען איידער מען עסט - אויסער אויב איר ווילט גיין אויף דייעט, און איר ווילט עס זאל אייך פארגיין דער אפטעטיט...
די קאמיסיע וואס באשטימט די רעגולאציעס פון עסנווארג אין די אייראפעאישע פאראיין האט געמאלדן אז אנגעהויבן פון פעברואר 10 וועלן פירמעס אין אייראפע זיין ערלויבט אריינצולייגן ווערים פוידער אין די עסן, ביז אזויפיל ווי פיר פראצענט פון די עסן.
עס ווילט זיך כאפן א טענצל ווען מען הערט די נייעס, ווען מען הערט וואס די גויאישע עסן מארקעט לייגט אריין אין זייערע עסן, און ווי דער אויבערשטער האט אונז אפגעשיידט פון די אלע גרויליגע זאכן. זיי זענען בלויז פארנומען מיט די אינווייראמענט און זיי זאגן אז זייער ליסטע פון שרצים זענען א ביליגע פראטין וואס זיי ווילן מען זאל פיטערן דעם המון אנשטאט פיש פלייש און אייער וויבאלד עס איז גוט פאר די ענווייראמענט...
אנגעהויבן פונעם אויבנדערמאנטען דאטום וועלן פילע טריפה'נע ברויטן קרעקערס לאקשן און דאס גלייכן קענען פארמאגן צומאלענע ווערים אדער היישעריקן.
ברוך השם אז פאר אונז מאכט עס נישט אויס, ווייל מיר ערליכע אידן עסן נישט אן קיין גוטע הכשר, און אויסער דעם זאגט דער נייער רעגולאציע אז די פירמעס וועלן עס מוזן קלאר ארויסשרייבן צווישן די ליסטע פון באשטאנדטיילן, אבער עס דערמאנט אונז מיר זאלן זיך וויסן ווי וויכטיג עס איז אכטונג צו געבן וואס מען נעמט אריין אין מויל - אן אומשולדיג אויסזעענדע שטיקל ברויט אין אייראפע קען האבן אין זיך שקצים ורמשים לויטן ארטיגן געזעץ.
א בעל מכשיר האט אמאל פארציילט ווי א ירקות פירמע האט זיך געבעטן ביי אים און גרייט געווען צו צאלן אסאך געלט ער זאל לייגן זיין נאמען אויף זיינע ירקות וואס איז געווען קלאר מוחזק בתולעים, זאגענדיג אז ער קען שרייבן אונטער זיין הכשר וואס ער וויל אויף לשון הקודש, קענסט שרייבן מוחזק בתולעים און אז מען דארף עס באקוקן, פרעגנדיג פונעם בעל הפירמע "אויב אזוי צי וואס דארפסטו א הכשר? ירקות זענען סייווי כשר", האט יענער געזאגט "זייער אסאך מענטשן ליידער קוקן בלויז אויב עס האט אידישע אותיות, און מען קויפט עס אלס כשר". פארשטייט זיך דער רב איז א ירא שמים האט נישט מסכים געווען, אבער דאס ווייזט אונז ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן און נישט אננעמען יעדע זאך וואס האט א סימבאל אדער אידישע אותיות אז עס איז טאקע כשר.
די צדיקים האבן אונז געזאגט אז עסן שרצים שאדט פאר די אמונה, אזוי שרייבט דער רמב"ם, און נאך, און נאכדעם פארשטייט נישט דער מענטש פארוואס ער האט קשיות אויף די אמונה, דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די תרי"ג מצוות כדי מיר זאלן האבן א קשר מיט אים. וויאזוי קען מען טאקע זיין אפגעהיטן פון מאכלות אסורות? אויף דעם דארף מען תפלה, ווען מען גייט איינקויפן איז גוט אריינצולייגן צווישן די תפלות א בקשה "הייליגער באשעפער העלף איך זאל טרעפן וואס איך דארף, עס זאל זיין כשר, עס זאל זיין געזונט, איך זאל עס קענען באצאלן".