אילאן מאסק: דער ערשטער "טריליאנער"
ב תמוז תשפ"ו 📝
די טעג איז ארויסגעקומען די נייעס אז אילאן מאסק איז געווארן דער ערשטער מענטש אין היסטאריע מיט א פארמעגן וואס מען שאצט אויף איבער איין טריליאן דאלער.
וואס האט יעצט פאסירט? די ווערט פון זיינע ריזיגע פירמעס, בפרט די באקאנטע פירמע 'ספעיס-עקס', האט דערגרייכט א נייע היסטארישע שאצונג דורך די גרעסטע אינוועסטירער. דאס האט צוגעפירט אז די ווערט פון די חלקים וואס באלאנגט פאר מאסק זאל ארויפשיסןצו גאר הויכע נומערן, און אלס רעזולטאט איז דער גרינדער, אילאן מאסק, געווארן דער ערשטער אפיציעלער "טריליאנער" אין די וועלט.
דער נומער פון א "טריליאן" דאלאר (וואס מיינט טויזנט מאל א ביליאן) איז א סכום וואס א מענטשליכע מח קען בכלל נישט משיג זיין. אבער ווי ס'איז דער שטייגער ביי די אלגעמיינע וועלט, קוקט מען דאס אן ווי דעם העכסטן שפיץ פון הצלחה. מען מאכט ממש אן עבודה זרה פון אזא מענטש, מען רעדט פון אים און מען טראכט פון אים מיט א געוואלדיגע "יראת הכבוד", און יעדע ווארט וואס ער זאגט "מיינט זיכער עפעס טיף" — נישט קיין חילוק ווי נאריש ער זאל רעדן, זאגט מען אז "דו פארשטייסט פשוט נישט" די טיפקייט דערפון...
די "ספעיס-עקס" פירמע האט אינגאנצן געטוישט דעם בליק פונעם עולם אויף די גאנצע "ספעיס" אינדוסטריע. מיט זייערע אמביציעזע פלענער און העכסט-פארגעשריטענע טעכנאלאגישע אויפטוען און סיסטעמען, האבן זיי באוויזן זאכן וואס אפילו די גרעסטע און רייכסטע רעגירונגען האבן במשך צענדליגער יארן נישט געקענט באווייזן. זיי האבן זיך אונטערגענומען די גרעסטע "טשעלענדזשעס" און עס איבערגעקומען מיט סוקסעס, און דורך דעם האט מען געקענט זען די געוואלדיגע וואונדער פונעם באשעפער, וויאזוי אונז קליינע מענטשעלעך קענען באווייזן און אויפטון אזעלכע ריזיגע זאכן.
דער רבי האט נישט ליב געהאט אז מען רעדט צופיל פון געלט. דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "שוין ווייטער רעדט איר פון געלט? צו מיר זאלט איר פון געלט נישט רעדן!" אויב אזוי, פארוואס רעדן מיר טאקע דא פון די נייעס איבער אילאן מאסק און זיין געוואלדיגן עשירות? נאר ווייל דאס האט א טיפע באדייט פאר אונז אויך, און מיר קענען אסאך ארויסנעמען דערפון.
די גאנצע וועלט קען שרייען אז "דאס" קען מען נישט באווייזן אדער אז עס איז פשוט "אוממעגליך", אבער ביים אויבערשטן איז גארנישט שווער. דער באשעפער האט געפירט אז דער בשר ודם אילאן מאסק זאל באווייזן צו בויען ראקעטס וואס קענען ארויפפליען אין ספעיס און צוריק קומען גאנצערהייט. דאס איז אבער נעבעך זיין גאנצע תפקיד אויף דער וועלט: צו פירן ריזיגע פירמעס פאר זיבעציג יאר, צו הארעווען זיבן טעג א וואך און מאכן ראקעטס.
דו, אבער, האסט א גאנץ אנדערע תפקיד! "ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת". אנו רצים והם רצים; וואס וועט אים העלפן זיין טריליאן דאלער ווען ער וועט דארפן גיין פון דער וועלט? די זעלבע ווערים וואס עסן אויף דעם פשוט'ן היימלאזן פארשוין, וועלן אויפעסן אילאן מאסק אין קבר.
דו האסט אמונה. דו האסט די תורה הקדושה. דאס איז עפעס וואס איז נצחי, דאס בלייבט לעד ולעולמי עולמים. יעדן איינציגן טאג פאקסטו אריין אין דיין אקאונט אמת'ע עשירות: גלייך אינדערפרי גיסטו זיך אפ נעגל וואסער, דו רעדסט אפאר ווערטער מיט'ן אויבערשטן, דו גייסט אין מקוה, דו לייגסט טלית און תפילין, דו דאווענסט ערליך אין שול, דו זאגסט תיקון הכללי, און דו לערנסט עטליכע פסוקים חומש. דו ביסט א טריליאנער! וואס הייסט טריליאנער? ס'איז טאקע שווער משיג צו זיין וואס א טריליאן אמעריקאנער דאלער מיינט, אבער דיין עשירות קען מען בכלל נישט מעסטן מיט דאלארן, דיין ווערד איז פשוט אומשאצבאר.
די וועלט מיינט אז עשירות ברענגט מנוחת הנפש, אבער דער מציאות איז דאך באקאנט אז די אלע גרויסע עשירים קענען נישט שלאפן רואיג ביינאכט; יעדע ביזנעס און יעדע בילדינג איז נאך א צרה און א דאגה אויפ'ן קאפ. די איינציגע זאך וואס קען באמת ברענגען אן אמת'ע צופרידנקייט פאר א מענטש איז בלויז אמונה אינעם באשעפער, און א לעבן געפירט מיט תורה, מצוות און מעשים טובים.
פאר הערות אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.