אילאן מאסק דערקלערט אלס רייכסטער מענטש אין דער וועלט
יח כסלו תשפ"ה 📝
די פילע ביזנעסער פונעם דער באקאנטער ביזנעסמאן אילאן מאסק זענען לעצטענס שטארק געשטיגן אין ווערט, און בסך הכל ווערט עס היינט צו טאגס געשאצט אז עס האט א מארקעט ווערט פון נאנט צו א האלבע טריליאן דאלער.
ער ווערט פאררעכענט אין דער וועלט אלץ א גאר סוקסעספולער מענטש וואס האט אויפגעבויט פילע אייגענארטיגע און געוואגטע ביזנעסער וואס האבן געטוישט פארשידענע אינדרוסטיעס און באוויזן פארשידנע אויפטרעפונגען אסאך ווייטער ווי די פילע סקעפטיקער האבן געטראכט.
דער שאלה ווערט אבער צי דאס הייסט סוקסעס. לאמיר זען וואס די פסוק זאגט (בראשת לט, ב) "וַיְהִי יְהֹוָה אֶת יוֹסֵף וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ וַיְהִי בְּבֵית אֲדֹנָיו הַמִּצְרִי", וויפיל ביזנעסער האט יוסף געהאט? וויפיל געלט האט ער געהאט אין זיין באנק אקאונט? האט ער געהאט עפעס א פאליטישע פאזיצע אין מצרים? אז נישט מיט וואס איז ער סוקסעספול? ניין ער האט בכלל נישט געהאט די אלע זאכן, אפשר האט ער געהאט א שטוב מיט קינדער וואס אלע האבן זיך געשאקעלט די זעלבע, און אלע זענען געזיצן מיט רויטע בעקעלעך ביים שבת טיש און זיך נישט גערירט, ניין בכלל נישט, ער איז געווען דאן געווען אן אלטער בחור א קנעכט ביים עקלדיגן פוטיפר, לאמיר זען דעם קומענדיגן פסוק "וַיַּרְא אֲדֹנָיו כִּי יְהֹוָה אִתּוֹ וְכֹל אֲשֶׁר הוּא עֹשֶׂה יְהֹוָה מַצְלִיחַ בְּיָדוֹ" דער טמא'נער פוטיפר האט געזען אז דער אויבערשטער איז מיט אים, אפשר קענט איר מיר מסביר זיין וויאזוי דער גוי טמא ווייסט אז דער אויבערשטער איז מיט אים? לאמיר זען וואס רש"י זאגט: "שם שמים שגור בפיו", דא ליגט דער סוד, און אזוי אויך פארשטייט מען שוין פארוואס דער פסוק זאגט "וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ", און "וְכֹל אֲשֶׁר הוּא עֹשֶׂה יְהֹוָה מַצְלִיחַ בְּיָדוֹ" און אזוי אויך פון "וַיִּמְצָא יוֹסֵף חֵן בְּעֵינָיו", ווייל א מענטש וואס געדענקט דעם אויבערשטן וואו נאר ער געפונט זיך, דער איז איז א סוקסעספולער מענטש, און אזא מענטש האט חן אין אלעמענס אויגן.
דער אילאן מאסק האט געבויעט פילע פירמעס ווי "טעסלא" וואס פארקויפט עלעקטראנישע קאַרן, און "ספעיס עקס" וואס שיקט ארויף כסדר ראקעטס צו די ספערן, "ניורא לינק" וואס ארבעט צו קענען אריינפלאנצן א טשיפ אין א מענטשליכע מח, און נאך, אזוי אויך האט ער געגרינדעט פירמעס וואס ער האט שוין פארקויפט, ווי "פעי פאל", אזוי אויך האט ער אפגעקויפט פירמעס וואס ער האט געטוישט ווי "טוויטער - עקס".
לעצטענס האט ער זיך צוגעשארט צום נארוואס פריש ערוועלטן פרעזידענט טראמפ וואס דאס האט שטארק געהויבן די ווערט פון זיינע סטאקס, און דערמיט האט זיך געדאפלעט זיין ווערט פון אביסל מער פון 200 טריליאן דאלער פאר צוויי יאר צוריק, ביז היבש איבער 400 טרילאן היינט צו טאגס.
מיר קענען אבער זיין אסאך מער סוקסעספול ווי אים, מיר קענען אנטון תפילין יעדן טאג. וויפיל איז ווערט תפילין? דא זעט עס נישט אויס ווערטפול, אילאן מאסק אינוועסטירט נישט דערין, אבער באלד גייען מיר אהיים, דאן וועלן מיר זען ווי גליקליך מיר זענען אז מיר האבן אריינגעכאפט א בלעטל גמרא, א פרק משניות, א שמחה של מצוה.
די פארבס ליסטע פון די רייכסטע מענטשן קענען שוין קוים ווארטן ארויפצולייגן דעם ערשטן "טריליאנער" אויף זייער ליסטע, עס זעט זיי אויס אז עס וועט נישט לאנג נעמען און זיי וועלן פובליצירן די ליסטע פון די צען רייכסטע טרילאנערן. זאגט זיי נישט אויס דעם סוד, איך און דו זענען שוין פון לאנג טריליאנערן, און מען דארף אפילו נישט ווארטן אויף נאך די הונדערט און צוואנציג עס צו זען פובליצירט, אפילו דא אויף דער וועלט איז דער פשוטער איז דער אמת'ער "איש מצליח".