אינגערמאן פון קרית ברסלב ערוועלט צום "ליבערטי פלענינג באורד"
ל שבט תשפ"ב 📝
פון קרית ברסלב קומט אריין די גוטע נייעס, אז איינע פון די חשוב'ע תושבים מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו איז אויסגעקליבן געווארן דורך די טאון באאמטע צו ווערן א חלק פון זייער "פלענינג באורד".
מען זעט די סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט; עס זענען קוים דורך צוויי יאר זינט אנשי שלומינו האבן זיך אנגעהויבן ארויסציען קיין ליבערטי, וואו מען האט אויפגעשטעלט א שטעטל אויפן רבינ'ס נאמען. זומער שנת תשע"ט זענען ארויסגעקומען די ערשטע צען משפחות, מען האט גלייך געעפנט א חדר און א סקול פאר די קינדער ווי מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה און יראת שמים אויפ'ן וועג פון רבי'ן, און זינט דאן קומען כסדר צו פרישע משפחות צום שטעטל, און קינדער צו די מוסדות קע"ה.
אלע וואונדערן זיך, "וואס איז דער סוד פונעם ברסלב'ער שטעטל? ווי אזוי בליט עס אזוי שיין? יעדע וואך ציען זיך ארויס נאך משפחות, עס האלט שוין ביי קרוב צו הונדערט משפחות כן ירבו; וואס איז זייער סוד? וואס איז פשט אז אינגעלייט פון שטעטל זיצן שוין ביי מיטינגען פון די רעגירונג?", דער ענטפער איז "תפילה"! אין דעם שטעטל גייט אלעס נאר דורך תפילה; נישטא קיין שטיינדל אין שטעטל וואס זאל נישט ליגן אונטער דעם תפילה.
חשוב'ע ליינער, גלייבט נישט וואס מיר שרייבן, גייט אליינס אריבער אין שטעטל, און כאפט א שמועס מיט די איינוואוינער, וועט איר זיך איבערצייגן אז וואס איר ליינט איז אמת, איר וועט שטיין מיט אן אפענעם מויל ווען איר וועט הערן די וואונדערליכע "מעשיות פון תפילה" פון פשוט'ע אינגעלייט; אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה - האבן די השגה וואס צדיקים האבן משיג געווען נאך שווערע עבודות. דאס איז דער כח פון הייליגן רבי'ן וואס לאזט זיך אראפ צו אונז גאר פשוטע מענטשן און ברענגט אונז צו די הויכע זאכן.
דער נייער פלעניג באורד מיטגליד מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו איז א תלמיד פון ראש ישיבה, ער האט זיך מוסר נפש געווען ביי די דרייצן יאר צו קומען לערנען אין ישיבה תפארת התורה, זיינע עלטערן - אזוי ווי אלע עלטערן וואס הערן לשון הרע אויפן ישיבה - האבן נישט געוואלט ער זאל דארט לערנען, מען האט אים זייער געפייניגט אויף פארשידענע אופנים, ווען זיי האבן איינגעזען אז גארנישט העלפט נישט, דער בחור מנחם איז שטארק ווי א לייב, ער וויל לערנען נאר אין ברסלב - האבן זיי אים אריינגעלייגט אין תפיסה ער זאל נישט קענען קומען אין ישיבה, ביז די שטאט האט זיך אריינגעמישט, מיט די הילף פון עסקנים און מיט די הילף פון א גרויסע לאיער האט מען אים אריינגעלייגט אין ישיבה.
געווענליך איז מען געוואוינט אז די אלע שושקעס, די וויכטיג מאכערס וואס שטופן זיך אריין ביי די הויכע פענסטערס - זענען אינגעלייט וואס לערנען נישט און דאווענען קוים, זיי טראכטן אז אזוי וועלן זיי טרעפן סיפוק פאר זייער הונגעריגע נשמה, די בארד און פיאות ווערט נעבעך קערצער און ווייניגער. א.א.וו.
אין ברסלב איז עס אנדערש, דייקא די פלייסיגע אינגעלייט וואס פארפעלן נישט זייערע שיעורים כסדרן, זיי לערנען בהתמדה רבה, - די אינגעלייט וואס האבן שיינע פיאות מיט א פולע בארד - זענען די עסקנים און טוערס. אונזער מו"ה מנחם הי"ו האט נישט לאנג צוריק זוכה געווען צו מסיים זיין די ניין און ניינציגסטע מאל ששה סדרי משנה.
דער אייבישטער זאל העלפן אז מו"ה מנחם הי"ו זאל מצליח זיין אין דעם נייעם אמט, און קענען העלפן אידישע קינדער א גאנץ לעבן בכלל, ובפרט זאל ער קענען שטיין צו הילף פאר'ן ברסלבער שטעטל, עס זאל זיך קענען בויען אן א שטער, און ער זאל נושא חן זיין בעיני אלקים ואדם.
🎦 מוהרא"ש ביים שבע ברכות אין ישיבה פאר מנחם נ"י, מוצש"ק תרומה תשע"ג