לכבוד כ"ו אב, די יארצייט פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז ארויף א גאר אינהאלטספולע אינטערוויו מיט איינע פון די סאטמארע חסידים פון פריערדיגן דור הרה"ח הישיש ר' יואליש גאנץ שליט"א, וואס איז לאנגע יארן געווען א בן בית ביים רבין זי"ע און זוכה געווען צו משמש זיין דעם צדיק פילע יארן, ווי ער פארציילט פארשידענע גאר אינטערעסאנטע עובדות וואס ער האט אליינס מיטגעלעבט, און ברענגט ארויס זיין גרויסע התקשרות צום צדיק, און וויאזוי מיר קענען זיך אפלערנען פון אים און גיין אין זיינע הייליגע דרכים.
 
דער אינטערוויו ווערט געפירט דורך הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א פון קרית יואל וואס פירט עס אן בטוב טעם ודעת, און ווערט געענטפערט דורך הרה"ח ר' יואליש שליט"א וואס לייגט אראפ די עובדות מיט א באזונדערע חן און געשמאק מיט א טעם זקנים וואס לוינט זיך אויסצוהערן.
 
מען קען עס הערן אויף קול ברסלב 212-444-9191 (אדער 845-351-0910 / ארץ ישראל 0797040066 / ענגלאנד 03303502361  / קאנאדא 438-300-8080  / בעלגיע 3235003461 / ארגענטינא  1152354370) פאר די אינטערוויוס דרוקט מען  / 1 / 4 / 2 פון די מעין מעניו, דער אינטערוויו פון הרה"ח ר' יואליש גאנץ שליט"א איז נומער 375.
 
שמעו ותחי נפשכם